דער "יושר'דיגע" ריכטער ארטור שעק איז נעבעך אריינגעפאלן צווישן א 'ראק ענד עי הארד פלעיס'
ער האט צוויי מאושענס פאר זיך
איינס: א מאושן צו קאנסאלידעיטען [צוזאם שטעלן] די צויי קלעס עקשאן'ס, איינס, שלום אליעזר
פרענקל [וואס ווערט גערופן קינגס קאונטי קלעס עקשאן] וואס איז אנגעהויבן געווארן אין 2002,
אבער קיינמאל נישט געווארן געהעריג געפיילט [פערפעקטעד] די צווייטע איז די נייעס קלעס עקשאן
[אראנדזש קאונטי קלעס עקשאן] אריינגעגעבן געווארן דורך ר' משה שעהר, ר' דוד עקשטיין, ר' אלישע
הורוויץ וואס איז אריינגעגעבן געווארן געווארן יוני 2 2006 [ערב שבועות העעל"ט]
די סיבה פאר די 'מאושען טו קאנסאלידעט' איז פשוט, ווייל אז מען שטעלט צוזאם צוויי קעיסעס,
גייט עס ווי די ערשטע קעיס איז געווען, ממילא האבן זיי געוואלט מחי' מתים זיין די אלטע 2002
קלעס עקשאן, און דערמיט אריינשלעפן די נייע קלעס עקשאן אויך קיין ברוקלין................
צווייטע קלאגע: מאושן 'טו טשעינדזש וועניו', וואס מיינט טוישן די קעיס פון איין פלאץ צו
אנדערן, אין אונזער פאל טוישן די נייע קלעס עקשאן פון אראנדזש צו קינגס קאונטי
אין אנדערע ווערטער, צוויי מאל אריינשלעפן די אראנדזש קאונטי קלעס עקשאן אין קינגס קאונטי,
איינמאל דורך פרובירן צו קאנסאלידעיטן און איינמאל דורך א מאושן טו טשעינזש וועניו
ע"כ וואס די זאליס האבן געוואלט
די דעיט פאר די טשעינדזש אוו וועניו איז געווען לכתחלה אויף אויגוסט 4, אבער די מאושן צו
קאנסאלידעיטן איז געווען - דאכט זיך - יוני 22, דאס הייסט צווישן די אראל ארגומענט, און די
דעסיזשאן, דעריבער האבן די סאטמארע לויערס געבעבן דעם קלוירן פון שעק, עס אפצושטיפן ביז נאכן
פסק, און אויב מעגליך אויף אויגוסט 4
למעשה, האבן די סאטמארע לויערס ארויסגעצויגן די קלעס עקשאן פון אראנדזש קאונטי, און טראץ וואס
די זאלי לויער האבן געשיקט א בריוו פאר ריכטער אוען אז "זיי" ווילן אנהאלטן די קעיס אין
אראנדזש קאונטי [ווי איך וועל ווייטער שריייבן] דאך האט דער ריכטער פארשפארט [דיפאזט] דעם קעיס
דעריבער אין ליכט פון דעם, האט דער נארמאלער יושר'דיגער ריכטער שעק די ברירות פאר זיך, ווי
פאלגענד
""צוזאם שטעלן די פארשפארטע אראנדזש קאונטי קעיס, מיט די טויטע קינגס קאונטי קעיס"""
""אריבער פירן די פארשפארט אראנדזש קאונטי קעיס, פון אראנדזש קיין קינגס קאונטי""
ווער עס קען אביסל דעם סיסטעם, ווייסט אז אויב איז ער טאקע אביסל נארמאל האט ער נישט וואס צו
טאן גארנישט, טאקע ווייל ער האט גארנישט
און פארדעם קלער איז כמעט אויף זיכער, אז די סאטמאר לויערס וועלן ניטאמאל פילן פאר וויכטיג צו
קומען אין קאורט זעהן ווי די קעיס ווערט אפיציעל "נאכאמאל" טויט [דיפאזט] אויך אין ברוקלין
איך קלער אבער אויך, אז די זאלי לויערס וועלן פרובירן צו פארקאכן עפעס א קאשע, צו דורך די
אלטע מאושן''ס צו דורך נייעס, ווצב"ש דאס פריש איבערשרייבן דעם ביה"ח, צו אנדערע מאושענס
אבער אויך די זאליס ווייסן, אז טראץ וואס ריכטער שעק איז 'ארענטליך', יושר'דיג, און 'ערליך'
דאך איז זייער שווער דא עפעס צו מאכן, דעריבער שרייבן זיי שוין אז עס גייט גארנישט זיין
ווייל אויב זיי וואלט גארנישט געפלאנט צו טאן, קענען ווען זיי שרייבן, אז עס איז נישטא קיין
קעיס, פשוט, ווייל במציאות איז נישטא קיין קעיס, ווייל מען קען נישט צוזאם שטעלן א טויטע קעיס
[דארמענט] מיט א פארשפארטע [דיפאזט] קעיס, נאר וואס דען, אז מען אינוועסטירט, ווארט מען אויך
ארויסצונעמען
דעריבער, ימים ידברו,
 |
|
|