| נשלח ב-3/8/2006 05:53 |
|
| |
אנטוויקלונג פון מוסודת אין פולן שוואונג ב"ה
אין ליכט פין דעם אז די זאליס האבן געפענט א אשכול אין זאלי פארום אז מיר האבן פארלוירן די בילדינג אויף העירסן פלעיס אין מיר ווילן דינגען ספינקע חדר אין די מוסדות וועלן זיך נישט עפענען ווי געפלאנט אין בלא בלא בלא וויל איך זאגן קראנט 100% אז ס'איז שקר וכזב
מיר האבן געהריג די בילדינג אין אלעס גייט ווי געפלאנט ב"ה אפילו די זאלי'ס האבן שוין געטרייט צו שטערן
איין זאך איז יא אמת אז אין ליכט פין די איבערפליס פין קינדער וואס מ'האט איינגעשריב מער ווי געראכטן וועט מען מן הסתם דינגען ספינקע + די אנדערע בילדינג'ס זייער ציל מיט די אשכול אין ענדליכע אשכול'ס איז צו פארמישן אינזער עולם נישט מער ווי דאס
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2006 22:36 |
|
| |
ס'איז דא א שרייבער אין די אנדערע פארום, וואס האלט אז ער גייט אינז חרוב מאכען די מוסדות, זיין דמיון לויפט אום אז, ס'וועט אנקומען די ערשטע טאג פון חדר, און די מוסדות וועט זיך זעהן אן קיין בנינים, אן קיין קינדער, אן קיין איין באס דרייווער, און אלעס וועט זיין אים צו פארדאנקען, כא כא כא כא
קיין קינדער גייען נישט קימען אין חדר, פארוואס ? ווייל KJ האט געשריבען, אז די העריסען פלעיס בילדונג גייען מיר צום סוף נישט האבן.
קיין באס דרייווערס גייען מיר נישט האבן, פארוואס ? ווייל KJ האט געשריבען, 1] אז די באסעס זענען "ארימע" באסעס, עס גיי נישט האבן קיין עיר-קאנדישען. [די אלטע UTA וואלט זיך געווינטשען צו האבן "איין" אזא ארימע באס, איך רעדט נישט פון 5 אדער 10 אדער 12 נאר איין.] 2] די דרייווערס ווילן נישט אוועק גיין פון זייערע אלטע פלעצער ווי זיי ווערן יעצט נארמאל באצאלט, און גיין אויף א אום סטאבילע פלאץ.
קיין בנינים גייען מיר נישט האבן, פארוואס ? ווייל KJ האט געשריבען, אז די אלע ביזנעסער פון די ווייט בילדינג ווילן נאך נישט ארויסגיין, ווייל זיי דארפען האבן לאקעישענס אינמיטען וויליאמסבורג.
KJ: די הנהלת המוסדות רעכענען זיך נישט מיט דיינע תגיבות. די באס דרייוערס רעכענען זיך נישט מיט דיינע תגיבות, די ביסנעסער רעכענען זיך אויך נישט מיט דיינע תגיבות,
אלעס גייט ברוך השם אן מיטן פילסטן שוואנג.
ובשם ה' נעשה ונצליח
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2006 23:44 |
|
| |
איך קען - צוליב געוויסע סיבות - נישט אריינגיין צופיל אין פרטים, אזויפיל קען איך אייך קלאר
זאגן, אז בע"ה וועט אלעס זיין צוגעשטעלט אויפן בעסטן און שענסטן אופן וואס נאר מעגליך.
אודאי זענען פאראן די שוועריגקייטן פון כל התחלות קשות, בפרט ווען דער שונא רוט נישט קיין
איין רגע, און ער ארבעט מיט אלע מעגליכקייטן צו שטערן מבית ומבחוץ, אבער בשם ה' נעשה ונצליח.
מען דארף אין באטראכט נעמען אז דאס איז נישט קיין מוסדות וואו מען הייבט אן ממש פון סקרעטש,
אויסער די בנינים, איז כמעט אלעס געקומען פאר סאטמאר פון גרייטן. רוב איינגעשטעלטע אין די
מוסדות פארמאגן פיל יאריגן ערפארונג און עקספערטיז, און זענען געווען אין זייער פריערדיגן ארט
משופרי דשופרי ממש, א טייל דערפון איז זיכער פאר יעדן באקאנט, אבער יותר ממה שקריתי לפניכם
כתוב כאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 00:02 |
|
| |
אין וואונטש אייך הצלחה מרובה בכל מעשי ידיכם, און יה"ר איר זאלט שעפן נחת דקדושה מכל צאצאיכם כאוות נפשיכם.
אויס פארשטייט איר אז אייער ארט איז אינדרויסן פון אונזערע מוסדות איז עס שוין א ישועה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 00:20 |
|
| |
פעשי איך האב פאר דיר נייעס
די פראגע איז נישט ווער עס איז אינעווייניג און ווער עס איז דרויסן, ווצב"ש ר' זאלי
אינעווייניג אין וויליאמסבורג, סאטמאר אינעווייניג אין קרית יואל, בארא פארק, בני ברק
די פראגע איז אויך נישט ווער עס האט גע'עפענט נייעס מוסדות און איז יא/נישט מצליח ר' זאלי אין
קרית יואל, סאטמאר אין וויליאמסבוג
די פראגע איז ווער איז סאטמאר און ווער איז קעגן סאטמאר
און דער תירוץ איז זייער גרינג צו וויסן
און דער תירוץ איז: כאטשיג די הייליגע קדושה וטהורה מרת אלטא פיגא, האט זיך דערקלערט פאר
סאטמאר איז דער מציאות אז קיינער האט זיך נישט געקריגט ווער איז ממלא מקומה איז [אפשר חיי צרה
אין גוטסקייט....] ווייל יעדער ווייסט - ידידים און שונאים צוגלייך -אז למעשה איז סאטמאר
ווער קדוש מאנטיווידעאר רב האט דערקלערט קריג אויף סאטמאר איז אויך קיינער נישט נייגעריג וואס
עס טוט זיך אין בנין דוד, נאר אין סאטמאר האבן זיי א מיינוג ווייל סאטמאר בלייבט סאטמאר
ווען בני הגאון קאשויער רב ז"ל האבן אים איינגעשפאנט אין די מערכה קעגן סאטמאר, איז ווידעראום
קיינער נישט שטארק פאראינטערעסירט ווער האט איבערגענומען אין קאשוי, ווייל סאטמאר בלייבט סאטמאר
די זעלבע איז אויך יעצט און אין עתיד, יעדער וועט נעמען א שטעלונג און זוכן צו מישן אין די
פאליטיק פון סאטמאר און פרובירן צו מאכן מחלוקת צווישן בני רבינו, חתני רבינו, משמשי רבינו,
וכולי, און קיינער וועט נישט פאראינטערסירן, וואס ר' זאלי טוט, וואס קליינער מוח'ל ר' חיים
הערשלע זאגט, און וואס דער מנוול ר' יעקב בער טראכט
און די סיבה
יא פעשי האסט גוט צוגעטראפן ווייל......................
סאטמאר בלייבט סאטמאר,!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 02:03 |
|
| |
בא ללמד דאס איז דער סגנון ?
מנוול ר' יעקב בער טראכט
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 02:30 |
|
| |
פעשי.
מען קען נישט האבן דעם שטעקן פון ביידע עקן.
פון איין זייט וועסטו ארומלויפן אין אלע פארומ'ס אויף היידפארק, און שרייבן ווי א נידריגער
שמוציגער גאסן יונג אקעגן די גרעסטע גדולי דורינו וואס גייען נישט אין דעם שפאן וואס דיר האט
פארגלוסט אנצוהייבן גיין ביי די 27, און נאכדעם קומען דא מיט טענות פארוואס מען באשמוצט א
נידריגן יונגאטש וואס איז פערצופאל אויך א זון פונעם סיגעטער רבי'ן שליט"א פון בארא
פארק/וויליאמסבורג.
איך בין טאקע דא צו פארזיכערן אז תלמידי חכמים ווערן טיטולירט בכבודם הראוי, איך וויל פשוט
נישט טראגן אויף מיינע פלייצעס דעם אחריות פון זיי מבזה זיין, בפרט ווען עס פעלט נישט אויס,
אבער אויף יעקב בער'ס כבוד דארף איך שוין אויך חס זיין ? און וואס טוט זיך מיטן קאמארנער
רבי'ן ר' ברוך מרדכי לעבאוויטש ? בראדער רבי הרב ר' שווארץ שליט"א ? וועלעבאוטער רב ישראל
מענדל שווארץ ?
איך בין עפעס פון זינען אראפ ?!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 02:37 |
|
| |
און וואס טוט זיך מיטן אמסטערדאמער רב וועלכער איז גראדע א זון פונעם טענטער רבי'ן פון קרית יואל?
|
|
|
|
|