הודו לה': ישראל אשר וואלעס - באפרייט
נאכ'ן זיין אונטער הויז ארעסט במשך פון איבער 4 מאנאטן, האט די געריכט היינט מיטאג [לויט'ן ירושלימער זייגער] באפרייט ר' ישראל אשר וואלעס נ"י ביז צום ענדגילטיגן משפט וואס וועט פארקומען אין א שפעטערדיגע גלעגענהייט.
ר' ישראל אשר איז ארעסטירט געווארען הארט פאר פסח, נאך וואס זיין 3 מאנאטן אלטע זוהן איז אפגעפירט געווארען אין שפיטאל מיט שווערע קאפ וואונדן וואס זענען פאראורזאכט געווארן דורך ארויסגליטשן פון זיין האנט אומוועלענדיג, זייענדיג אין שפיטאל איז געפאלען א חשד אויף ר' ישראל אשר אז מעגליך האט ער דאס עקסטער געטון אויס האס צום קינד רח"ל.
ווי פארשטייט זיך, די אללע וואס קענען איהם, אריינגערעכנט זיין פרוי תחי', האבן באלד אפגעווארפן אללע באשולדיגונגען, באטוינענדיג זיין אויסטערלישע איידלקייט און גוטהארציגקייט, אבער דאס אללעס האט קיין סאך נישט געהאלפן, די איזראעלישע מידיא איז ארויף געשפרינגן אויף די פרשה כמוצא שלל רב, און געמאכט אש און פארעך פון א אומשילדיגע טאטע וואס האט ליידער אזוי טראגיש פארלוירען זיין עלטסטע קינד.
ערליכע אידן איבער דער גארער וועלט האט געבלוטיגט דאס הארץ איבער דעם דאפעלטן מארד וואס ער האט נעבעך מיט געמאכט, איינס, דאס פאלירן זיין באליבטע - און דערווייל - איינציג קינד, און צווייטענס, די אימעדשז מארד וואס די מידיא האט אויף איהם דורך'געפירט מיט גרויס רשעות און אכזריות אהן זיך האלטן צו די מינדעסטע עטישע געזעצן.
מיר פערזענליך איז פון די ערשטע מינוט אויס קלאר געווען הונדערט פראצענט אז דער יונגערמאן איז געפאלן א שעיר לעזאזל צו אומגעהויערע שנאת עמי הארץ לתלמידי חכמים, און מיט די הילף פון די איינזייטיגע אנטי רעליגיעזע מידיא און די קארופטע ציוניסטישע פאליציי, און צגאב צו זיין תמימות, און נישט זיין באהאווענט אין דעם העברעאיש'ן שפראך, דאס אללעס האט געפירט אז מ'האט איהם לייכט געקענט פאר'משפט'ן אהנע משפט, ס'איז נישט געווען כמעט א מענטש אין די גאנצע מדינה וואס האט נישט געהאלטן אז דער יונגערמאן איז א רוצח שפל שבשפלים, די צייטונגען האבן אויסגעשמירט גאנצע זייטן מיט "פונקטליכע" באריכטן גענוי ווי אזוי דער טאטע זאל קלאמפיש האבן סיסטעמאטיש געפייניגט זיין קליין פיצל אומבאהאלפענע קינד, די האר פון קאפ האבן זיך געקענט אויפשטעלן פון ליינען די אללע שקרים וכזבים און די איינצעלהייטן ווי אזוי דער טאטע פלעגט בייסן ציפן שלאגן און פייניגן זיין קינד.
צום באדויערען זענען אויך געווען פיל פון אונזערע קרייזן וואס האבן באקומען "פייגלעך" און קאפ, אין מ'האט צוביסלעך אנגעהויבן קלערן, ווער ווייסט? אפשר טאקע? כאטש ס'איז נאר געווען גאר א קליינע פראצענט פון די סארט, דאך טוט דאס אסאך מער וויי, אז פון די אייגענע קרייזן הערן זיך אזעלכע קלאנגען.
למעשה, פון נאך פסח ווען מ'האט ר' ישראל אשר'ן באפרייט פון תפיסה, איז ער געווען אונטער שטרענגע הויז ארעסט ביי זיין גרויס-עלטערן אין מאה שערים. פיללע רבנים און גדולי ישראל האבן זיך אריין געלייגט אין די לענג און אין די ברייט איהם ארויס צוהעלפן, אזוי אויך זענען זיי געווען איהם באזוכן כדי מחזק צו זיין און מעודד זיין ער זאל חלילה נישט פאלן ביי זיך אין די שווערע צייטן.
בחסד השם האט מען מצליח געווען מיט גרויסע אדוואקאטן אויפצוווייזן אז ער איז נישט קיין "געפאהר"... פאר די פובליק אין מ'קען איהם דערווייל פריי לאזן ביז'ן ענדגילטיגן משפט, מ'דארף נאך אסאך רחמי שמיים אז ער זאל ארויס גיין זכאי בדין, ולא תעשנה ידי אויבינו תושיה, אמן.
 |
|
|