איז דא א פראבלעם מיט עפרא לפומי'?
די סיגוטער האלטן אין איין איבערקייען כאילו דער רבי איז א שגץ ווייל ער האט געזאגט אמאל אויפן קאשויער עפרא לפומי'. פאר איך גיי ווייטער מוז איך באמערקן, אז עפ"י הלכה איז א איסור גמור צו דערמאנען פאר איינעם נאכן תשובה טון זיינע אלטע עבירות, איז אפילו אויב עס וואלט יא געווען א פראבלעם דערמיט, האט דאך דער רבי אים שוין איבערגעבעטן עטליכע מאל. פערזענליך און ברבים, איז יעדעס מאל וואס זיי דערמאנען די 'עבירה' זענען זיי עובר אויף די אפענע הלכה (נישט ווייל זיי האבן אזוי שטארק מורא עובר צו זיין אויף א פלעינע הלכה, אבער ס'איז גוט צו וויסן מיט וועמען מען האנדלט). אבער די עיקר וויל איך פרעגן צוויי אנדערע שאלות: 1) וויאזוי שעמען זיך נישט די גרעסטע מבזי ת"ח בדורינו, וואס האבן שרעקליך מיאוס מבזה געווען יעדן איינציגן ת"ח וואס גייט נישט מיט זיי אין שפאן, צו האבן טענות אויף אנדערע פאר מבזה זיין ת"ח?! 2) איז זיך דען נישט געקומען פאר יענעם רב דער טיטל? נישט נאר פארן מבזה זיין דעם רבי'ן בעל דברי יואל זי"ע, נאר פלעין פאר אזוי מיאוס אנגרייפן און מבזה זיין דעם רבי'ן בעל ברך משה זי"ע?! איינער וואס קומט אומגעבעטן און זאגט אזא שארפע פסק דין אן אפילו פרעגן די רבנים פון אנדערן צד פארוואס זיי האבן עס געטון, טאר מען אים שוין נישט ענטפערן זיין אייגענע שפראך? כ"ק הגה"צ ר' ברוך מיללער שליט"א האט שוין דעמאלטס אראפגעברענגט די קלארע שו"ע אז א ת"ח מעג צוריק מבזה זיין א ת"ח וואס האט אים מבזה געווען!!!!! 3) ועל כולם, ווי אזוי שעמען זיי זיך נישט צו זיין אזעלכע היפאקריטן?! וואס וואלט געווען למשל אויב למשל סאטמאר רב פון מאנטשעסטער וואלט געזאגט די ווערטער מיט וואס יענער רב האט זיך אויסגעדרוקט אקעגן רבי'ן בעל דברי יואל זי"ע, וואלטן נישט די מענטשן גוזר תענית געווען?! אום תשעה באב וואלטן זיי געמאכט א פראטעסט! זיי וואלטן געווארפן מיאוסע פאשקעווילן אין די גאנצע וועלט! און אויב מ'שלאגט זיך מיט ר' אהרן טייטלבוים איז שוין אלעס מותר?! דעמאלטס טאר מען זיך שוין נישט אננעמען אפילו פארן כבוד פון רבי'ן בעל דברי יואל זי"ע?! פאלשע היפאקריטן און אמת'ע רשעים!!!!!
|