|
|
| נשלח ב-7/8/2006 01:20 |
|
| |
פייט ביי מציבה פון ר' וואלטער, יוסף אלי שלעזינגער שווער
איך הער אז יוסף אלי' שלעזינגערס שווער איז אוועק פאריגע וואך, איינער וואלטער, און יוסף אלי'
האט באשטעלט די מציבה ביי א אנדערע קאמפאני, נישט ביי די געטרייע יאסל ווייס פון די חברא
קדישא וואס געט זיך אוועק פאר יעדעם שלא על מנת לקבל פרס, און אלס מתן שכרו בצידו האט קהל אלע
יארן געהייסן אז ממוז ביי אים נעמען די מציבות.
יעצט ווילן די סיגעטער טעראריסטען אים אוועקנעמען זיין פרנסה פאר גארנישט און נישט, נאר ווייל
ער איז א סאטמארער חסיד.
די ראשי הקהילה האבן אים געשיקט א שארפע בריוו אז ער זאל נישט טרייען אפילו צו לייגן די מציבה
אן זייער רשות.
איך מיין אז דינסטיג דארף זיין די הקמת המציבה.
די סיגעטער סטראשענען אז זיי גייען אין קאורט אנקלאגן ר' שמואל דוד מארקאוויטש.
פרטים יבואו.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2006 17:22 |
|
| |
גוטזאגער, ביסט קלאר נישט גערעכט, ווען די זאליס שפילען פאליטיק מיטן ביה"ח ווייל זיי דארפן געלט פאר זייער קהלה שרייסטי אז זיי זענענן ,פושעים, טרעטן אויף יענעמ'ס בליט אין א צרה,אומענטשען
אבער די מעגסט פירען א קאמף פאר יוסל ווייס קאמפאני?????
ממה נפשך, אויב מעגן מיר נישט לאזן שטעלן א מציבה צילוב די סיבה,, אז מען האט עס נישט גענימען ביי יוסל ווייס דאן מעגן די זאליס פארפירען פאר זייערע אינטערעסן
לדעתי, דארף דער בית החיים יעצט בלייבען נייטראל!!!! {חוץ אויב איינער גייט באקימען געהעריג בעלות דערויף, דורוך די"ת אדער קארט} מען זאל אויפהערן מיט די קינדערישע פאליטיק, קהל דארף נישט פייטען פאר א יחיד, עס איז נישט ווערט
תוקן על ידי - kj_village - 07/08/2006 17:32:01
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2006 17:56 |
|
| |
קעי דשעי ווילידש וואס איז געשען?
איך געדענק אז נאך די אפעלט פסק האבן ענק געשריבן אויף ענקער פארום אז ס'איז א קלארע פסק אין אז אינז קענען פארגעסן פין באערדיגן דארט אין לייגן מציבה נישט אזוי האבן ענק געשריבן? ווי האלט מען היינט אינז באערדיגן אימגעשטערט אין לייגן מציבה'ס אימגעשטערט וואס איז די גרויסע פרייד ביי ענק אז ס'איז ענק געלינגן צו לייגן א מציבה
אינז וואלטן דאך לויט ענק נישט געקענט לייגן ?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2006 18:45 |
|
| |
עכטע_נייעס
איך אגרי מיט דיר 100% פראצענט אז למעשה האבן די זאליס נישט קיין קלארע בעה"ב אויפן ביה"ח, אפילו זיי האבן אנהייב געמיינט אז יא
אבער, איך האלט אז ביז די זאך וועט נישט קלאר ווערן, ווער עס האט עס באמת זאל קיין איין צד נישט פראבירען ארויפציצווינגען זיין בעלות אויפן שטח, נאר אלעס זאל זיך פירען ווי ביז איצט אין באמת, לוינט זיך נישט צי פירען קיין מערכות אויף א זאך וואס עס איז נישט קיין הכרח
אפילו די זאליס האבן, סיי ביי די מצבה פין בערל פר"מ ווייב, אין סיי ביי האפמאן, געטיען שרעקליך שמיציגע ארבייט ערווארט מען אבער פין די ארונים אז זיי זאלן זיך נישט אזוי אויפירען סוכ"ס זענען די ארונים מער ציוועלזירט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2006 19:09 |
|
| |
Oh I see, The cemetery should be "hefker", anyone who wishes
can come bury there and put up a matziveh it's just not nice
to disturb them.
By the way what's unclear here ?
This cemetery belongs to congregation yetev lev.
Does the fact that some burglars are physically trying to control
some of their assets demand that they voluntarily give them the others
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2006 23:51 |
|
| |
דער מצב אין בית החיים, אזויווי אין די גאנצע קהילה, איז יעצט א שטח הפקר, דער אומקלארער
אורטייל פון די אפעלאט ריכטער האט איבערגעלאזט גאנץ סאטמאר אויף הפקר, און צווינגט ממש אריין
אין א מצב פון "כל דאלים גבר", וואס עס איז אוממעגליך פאראויסצוזאגן די ענדע דערפון, כאטש
לויט די היסטאריע פון די זאליס קענען זיי רואיג פאררעכנט ווערן אלס קלארע זיגער אין יעדן פאל
וואו עס איז געקומען צו א מצב פון אלימות. פארפאלן, די ידים ידי עשיו האבן זיי 'פארכאפט'.
עס איז צו פריצייטיג צו קענען רעדן בנוגע דעם בית החיים, עס איז קלאר אז קיין איין זייט
ווייסט נישט פונקטליך וואס עס גייט זיין דערמיט, און יעדע זייט וועט פרובירן מיט אלע כוחות
פארזיכערן זייער קאנטראל אויף יעדן ריר אינערהאלב קהלתינו הקדושה.
מיר פון אונזער זייט דארפן פרובירן צו טון דאס בעסטע וואס מעגליך, און מתפלל זיין צו השי"ת אז
ער זאל אונז אויסלייזן פון די ידי רשע וועלכע האבן זיך באהערשט אויף אונז אין די פארלאפענע
זיבן יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 00:00 |
|
| |
זאלסט אזא הצלחה אין בני ברק האבן ווי און ניויארק וועלן מיר זיין צופרידן.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 05:08 |
|
| |
פעשי.
וואס הערט זיך מיט די בריוו צו יאסל ווייס און אברהם יושע ווערצבערגער? זיי באגראבן שוין טאקע
נישט קיין מתים אזויווי יענקל כאהאן האט זיי געשריבן אין די לויערס בריוו? ווער האט באגראבן
דעם וואלטער?
פארוואס האט יוסף אלי' שלעזינגער נישט געמאכט די זעלבע חכמה ביים באגראבן? פארוואס האט ער
נישט דעמאלטץ גערופן הערשל ווייס צו באגראבן? פארוואס נאר ביי א מציבה שטעלן האט ער זיך
אריינגעכאפט ווי א גנב און געלייגט די מציבה, זאגנדיג קודם א פאלשע דעיט ווען ער גייט לייגן
די מציבה?
פעשי טייערער, ביזט געלאדנט צו קומען קיין אמעריקע אויף כ"ו אב, און זען מיט די אייגענע אויגן
וויאזוי מעני מעגוועל פירט אן מיט די סעקיוריטי ביים ביה"ח, און וויאזוי די קווינס בודקע
שטייט ביים טויער פון בית החיים, וכו' וכו' וכו'...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 18:36 |
|
| |
וואס איז געווען די אישוי ביי ר' חיים לייב וואלטער ע"ה? איז דאס געווען וועגן בעלות אויפן בית החיים, אבער ווי מען האט באשטעלט די מצבה?, לויט ווי איך פארשטיי איז דער וויכוח געווען ווייל מען האט נישט באשטעלט די מצבה ביי יוסל ווייס, און דאן האלט איך מיט די זאליס (פאר א טשענדזש), יוסל ווייס מיט אברהם יושע נוצן נידערטרעכטיגע טאקטיקס און צווינגען צו נעמען די מצבה ביי זיי, ווי עס קאסט היפש טייערער ווי ביי אנדערע, און ווען איינער דערוואגט זיך נישט צו באשטעלן ביי זיי די מצבה, איז אחת דתו, זיי זענען מאפיאנערן און מען דארף זיי סטאפן,
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 20:41 |
|
| |
יוסף אלי
וואס מישטו אריין אברהם יושע? ער האט גארנישט מיט די מציבות
גראדע די תקנה פון קויפן די מצבות נישט מער געדאכט
איז געמאכט געווארן נאך ווען סאטמאר איז געווען סאטמאר בערך אין יאר נ"ז נ"ח נאך דעם וואס עס איז געווען געשלעגן יעדן טאג דערוועגן אין די תקנה איז געמאכט געווארן דורך די אלטע ראשי הקהלה וואס איז געווען אינקלאדעט עטליכע היינטיגע זאליס
סאו וואס פארדרייסטו א קאפ
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2006 23:16 |
|
| |
וואס רעדסטו פון א תקנה, עס איז נישטא אזא תקנה און עמטלעך מעג מען קויפן א מצבה ווי מען וויל, נאר אויב קויפט מען נישט ביי יוסל ווייס דאן טוהן זיי, יוסל און אברהם יושע זייער ביטערלעך טעראריזירן, און דאס דארף ווערן געסטאפט, ביודעי ומכירי קא אמינא, איך ווייס וואס איך רעד, אדרבה פרעג זיך נאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2006 00:27 |
|
| |
ווען די מערכה איז קעגן יאסל ווייס ביסטו גערעכט, ער רייסט טאקע די הויט אזויווי נאר ער קען.
פאקטיש איז די מערכה יעצט צווישן סיגוט און סאטמאר, יוסף אלי' שלעזינגער האט נאך קיינמאל נישט
באשטעלט א מציבה ביי א אנדערן.
און סאטמאר וועט אי"ה געווינען די מערכה.
לאכן לאכט ווער סלאכט די לעצטע.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|