סיגעטער שפעטן אפ פון רבין דברי יואל זי"ע
נאך וואס איך האב נעכטן געשריבן וועגן די שרעקליכע עולה אז מען טוט גארנישט אין קווינס, דארט
וואו די עטרה טרעפט זיך מיט יושנה און די פערטע עיזש בחורים אויפן דאך יעדן ליל שישי, קעגן
דעם וואס בחורים זענען עובר אויף די שארפע תקנה פון רבין דברי יואל זי"ע פון נישט גיין צו
חתונות, און די מנהל בלומענפעלד האט אפילו געהאלטן א דרשה אז א בחור דארף וויסן ווער סמאכט
חתונה יעדע נאכט אין ויואל משה, וואס ווייזט קלאר ווי ווייט מטרעט דארט אויפן רבין זי"ע.
דעס איז א זאך וואס יעדער סיגעטער וואס האט נאך אביסל יראת שמים עסט זיך שטילערהייט דערויף,
נאר ספאסט זיי נישט מודה צו זיין ווי נידריג זיי זענען פארפארן, און ווי "הייליג" סאיז ביי
זיי א ווארט, ווער רעדט נאך פון א תקנה פון רבין זי"ע
זענען די סיגעטער געגאנגען היינט אויף זייער פארום, און אזויווי אייביג ווען זיי האבן נישט
וואס צו ענטפערן האבן זיי אנגעהויבן חוזק צו מאכן פון די תקנה וואס איז דעם רבין געגאנגען
בנפשו, אזוי ווייט אז אפילו דער רבי האט קיינמאל נישט געלאזט ארויסווארפן א בחור, אבער פאר
גיין צו חתונות האט מען ארויסגעווארפן פון ישיבה!
איך גיי קאפיען די תגובה, און איך וועל טוישן די תגובה לויט וויאזוי איך וואלט עס געשריבן,
אבער איך פארפאר יעצט אביסל פון די נושא פון חתונות, סתם איך וויל ווייזן וויאזוי מקען פון
יעדע זאך חוזק מאכן און אפלאכן.
ס'טוט זיך אויף טישן און בענק דארט קעגן איבער, האסט געהערט וואס גייט פאר אין
סאטמאר?
מען מאכט אן עירוב רח"ל! ס'ארא שייגעץ דער אודווארער רב, אזאנס, אזאך אויף דער רבי האט כל
ימיו לוחם געווען מיט מסירות נפש עד יומו האחרון, נישט ארויס געלאזט קיין איין שלוש סעודות
תורה, קיין איין דינער תורה, קיין איין דרשה, איבער די גרויסע פירצה פונעם דור, אז ממאכט א
עירוב, און דא קומט ער דער אודווארער און גארנישט כאילו לא הי'.
אדרבה גייט ארויס און פרעגט יעדן יונגערמאן וואס געדענקט נאך סאטמאר בימי רביה"ק, און פרעגט
אים, מאי סאטמאר? וואס איז סאטמאר? וועט ער אייך גלייך ענטפערן: וואס הייסט וואס? מזאל נישט
מאכן א עירוב! אויף דעם איז סאטמאר געשטעלט, אויף דעם האט סאטמאר רב אזוי צוזאמגעוויינט אלע
זיינע יארן, און דא קומט זיך אן איינער א אודווארער און גארנישט, לאזט מאכן א עירוב. און נישט
נאר דאס, ער האט נאך די חוצפה זיך צו רופן א סאטמאר חסיד! א חוצפה!
קען סאטמאר מיט מאכן א עירוב גיין אינאיינעם? ניין! זיכער אז נישט!
פון די אנדערע זייט קען מען זאגן, ב"ה לא אלמן ישראל, סאיז אונז נאך געבליבן די לעצטע סיגעטער
גזע א לוחם מלחמות ה', עומד בראש מערכת ישראל, און די לעצטערע יארן האט ממש מחזיר געווען תורת
רביה"ק, און שרייט אויס פאר די גאנצע וועלט דעת קדשו פון רביה"ק אויף וואס ער האט זיך אזוי
מוסר נפש געווען כל ימיו, און ב"ה מען טראגט נישט מיט די עירוב. יחי רבינו, לעבן זאל דער רבי!
נו, ווער קען זיך רופן סאטמאר רבי?
נו, פרעג איך אייך, איז דאס אליין נישט גענוג אז מיר זאלן זיך אלע איבערדרייען די היטלעך און
מאכן א יו טוירן?
טייערע סיגעטער, קייט אייך און קאכט אייך אין שטותים. מיר אלע צוגלייך ווייסן דעם ריכטיגן
אמת, אז דאס געבלאבלאכץ אין די נושא איז נישט מער הוילע לאקשן אייך צו בארואיגן פונעם
מעידזשער סאטמארען פראבלעם, וואס שרייט ווי פון זיך אליין. מיר אלע ווייסן גאנץ גוט, אז
סאטמאר איז נישט: יא מאכן א עירוב אדער נישט מאכן א עירוב, און די גאנצע אויפגעבלאזענע ווינט
פון מאכן א געמויזעכץ בנוגע די עירוב אישו איז נישט אלט מער ווי אפאר יאר, איר אליין ווייסט
דאס אויך. גיט א קוק ביי זיך, איינער זאגט אז דער רבי האט דאס געמאכט, דער צווייטער (יחזקאל
ראטה) זאגט די ביקס, קומט דער דריטער (יצחק מאנדל) און זאגט גאר אז מען האט דאס הערשט
אנגעהויבן צו אינפארסן זייט די רבי איז אוועק (נישט לאכן...).
בקיצור, מען קייט און מען קייט, אבער ווי געזאגט איז דאס נישט מער ווי א פיל אייך (סיגעטער)
צו פיטערן און בארואיגן פונעם מעידזשאר סאטמארען פראבלעם, וואס דאס רופט זיך ר' זלמן לייב ט"ב
דער גרעסטער עם הארץ בדורינו זיך צו דערקלערן פאר א רבי, און ממוז אים פעינטן פאר א לוחם
מלחמות ה'!
יעדער תינוק בן יומו אין סאטמאר, האט פון אלעמאל אן געוואוסט, אז פון די יסודות אין סאטמאר
איז, אז איינער וואס גייט אין קאורט קען קיין דעה זאגער אין סאטמאר נישט זיין!; איינער וואס
וואס איז מסרב צו גיין צו דין תורה קען קיין דעה זאגער אין סאטמאר נישט זיין!.פינטל.
און גראדע דייקא אויף דעם ענין האט כ"ק מרן רבינו קוה"ק זצוק"ל יא געפילט וויכטיג צו שרייבן
מערערע מאל. צו ווייסט איר אפשר פארוואס? איך ווייס אז איר ווילט נישט וויסן, אבער זייט מוחל
נעמט ארויס דעם ספר הק' 'ויואל משה', און קוקט וואס דארט שטייט, וועט איר זיך באגעגענען מיט
זאכן וואס וועט אייך נישט שמעקן. דער רבי האט געפילט פאר וויכטיג מסביר צו זיין דעם חומר
הענין פון דעם חורבן וואס קען ארויסקומען פון דעם.
און דאס אלעס איז ווען מען רעדט פון א פשוטן דעה זאגער אין סאטמאר, אבער פון זיך רופן סאטמאר
רבי? נעווער!
סאטמאר רבי מיט א הולך לערכאות, בפרט ביי די ציוניסטישע קאורט איז א סתירה!
האקט נישט אין קאפ אריין מיט קיין עירוב, מאכט אייך נישט נעריש, דאס איז נישט די יסודות פון
סאטמאר!, דאס איז נישט מער ווי נאך א מיטל פון שווענקען אייערע טאטישע מוחות..., איבערהויפט
ווען די גאנצע עירוב קאשע, האט איר הערשט אנגעהויבן צו קאכן נאך וואס מהאט אויפגעטוישט איינעם
פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורינו, מיט איינעם פון די גרעסטע אמערצים בדורינו, און מהאט
געמוזט טרייען צו פעינטן דעם עם הארץ מיט טיטלען פון א נועם המידות און לוחם מלחמות ה'....
תוקן על ידי - מבני_בניו - 10/08/2006 1:52:42
 |
|
|