רבי שליט"א וויל נישט מאכן דינער כ"א כסליו
איך הער אז דער רבי זאל זיין געזונט האט געזאגט פאר די הנהלת המוסדות אז ער האט נישט קיין חשק
צו מאכן דעם דינער פאר די מוסדות אום כ"א כסליו.
דער רבי האט געזאגט אז אלע יארן איז כ"א כסליו געווען בלויז א יו"ט וואו מען האט זיך באמת
געפרייט מיט די הצלת התורה וואס איז צושטאנד געקומען אדאנק דעם נס ההצלה פון כ"א כסליו, ווי
באקאנט ביי אלע סאטמארע חסידים, אז דער טאג איז געווען א אויסערגעווענליכע שמחה אין גאנץ סאטמאר.
באזונדער פלעגט מען מאכן א דינער פאר די מוסדות, וואס יעדער פארשטייט אז א דינער איז גאר א
צווייטער צוזאמשטעל ווי א מסיבה לכבוד דעם געהויבענעם יום טוב.
ערשט ווען דער רבי זי"ע איז קראנק געווארן האט מען צוזאמגעשטעלט די צוויי מאורעות ווייל עס
איז געווען שווער פארן רבי'ן דאס ערשיינען פארן ציבור.
אין די לעצטע פאר יאר האט מען אין קרית יואל מחזיר געווען עטרה ליושנה, ווען כ"א כסליו איז
צוריק געווארן א יום טוב, וואו די טויזנטער סאטמארע חסידים האבן באמת ארויסגעברענגט זייער
געוואלדיגע שמחה אין דעם גרויסן טאג. ווער אימער עס איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד - אן
אונטערשיד פון פארטיי - איז ארויס פון התפעלות ביים זען די אמת'ע שמחה און די געהויבענע טענץ
וואס מען האט דארט געזען.
אפגערעדט פון די פייערדיגע דרשות וואס מען האט געהערט אין די יארן, וואס איז געווען גאר
אנדערש פון די רעדנער'ס וועלכע מען לאדנט צו רעדן ביי א דינער.
יעצט האט דער רבי שטארק חשק אז דער איינפיר זאל ווייטער בלייבן, אז כ"א כסליו זאל בלייבן א
סאטמארער יום טוב, און דעם דינער זאל מען מאכן באזונדער פאר די מוסדות.
 |
|
|