עס ברויך קלאר געשטעלט ווערן פון אנהייב אן, אז עס איז נישטא קיין שום אויסזיכטן אז די זאליס
זאלן אמאל מסכים זיין צו גיין צו א דין תורה בזבל"א.
עס איז נישט קיין ספק אז זיי האבן נישט די מינימאלע שאנסן צו געווינען ביי א געהעריגע דין
תורה, אויסער ביי לינדער, אדער שפיצער/לאנדא. אפשר אויך ביי יצחק מאנדל.
זיי וועלן ליבערשט לאזן פארפאלן גיין די האלב מיליאן שקל וואס זיי האבן איינגעלייגט אין
געריכט ווי איידער זיך שטעלן צו דין תורה.
אין מיינע אויגן גייט פאסירן איינס פון די צוויי:
א) זיי גייען לייגן שרעקליכן טעראר אויף די חברי הבד"ץ, און בעיקר אויף ר' יצחק טובי', אז זיי
זאלן צוריקציען פון דעם שארפן בריוו און מעלדן אז "זיי מישן זיך נישט". מעגליך אז צו דעם וועט
אויך צוקומען א שפיל פון 'מסכים' זיין צו גיין צו ר' ישראל חיים מנשה צו דין תורה...
אדער
ב) גייען זיי אנפייפן דעם בד"ץ און ווייטער אנגיין מיט די קלאגע בערכאות, העכסטנ'ס וועט משה
לייב דייטש און יוסף90 ארבעטן אווערטיים צו באשמוצן דעם בד"ץ אויך (עס שטייט נאך אויס פון זיי
צו שרייבן אז דער בד"ץ איז גאר אריין בערכאות...).
ג) עס איז אויך דא א ווייטע מעגליכקייט, אז זיי זאלן צוריקציען פונעם גאנצן עסק, לאזן פארפאלן
גיין די האלב מיליאן שקל, אפווישן די נאז און געגאנגען ווייטער.
די מערסטע איז פארגעזען די ערשטע מעגליכקייט. בפרט אז מען נעמט אין באטראכט אז מיר האבן בכלל
נישט געבעטן פון די עדה זיך צו מישן, נאר דאס איז געקומען אויף זייער אייגענע אינציאטיוו,
וועט זיין פיל לייכטער פאר די טעראריסטן צו פארשווייגן דעם קול ענות חלושה פון דארט, בפרט ביי
דעם איידעלן ר' יצחק טובי'.
איך קען שוין די חברה נישט פון היינט, (אונז זעמיר אמאל געווען גוטע פריינד) זיי וועלן איבערדרייען יעדעס שטיינדל אז אזא בריוו זאל נישט ארויסקומען, און אויב שוין יא א בריוו זאל עס זיין מיט א גוטע פליק פאר אונז אויך.
אלנספאל טייערע חברים ס'איז נישטא אויף וואס צו ווארטען.
נשלח ב-16/8/2006 21:56
עס איז ווען אינטערסאנט צו לייגן דא א בילד פון מענדל וואלערשטיין טאטע, ווי ער פלעגט זיך ארום דרייען אין די געסלעך אין ירושלים, ער איז געווען ווי קוני רטענבערג אין ווילי.
נשלח ב-17/8/2006 00:29
דער יפוער- פון י-ם דרייעט זיף א גאנצן טאג ארום צו כאפן דעם ר טובי אפשר וועט ער צוריקציען
צוליב שלום בית
תוקן על ידי - כל_העולם - 17/08/2006 1:46:33
נשלח ב-17/8/2006 00:53
פעשי האט זיך אויפגעוועקט, אט דאס שרייבט ער
ביי א זיצונג וועלכע איז פארגעקומען ביים ביד"צ העדה החרדית אין שפיץ פון כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א איבער דעם סכסוך און בני ברק.
האט דער ביד"צ באשטעטיגט וואס די בתי דינים "שערי משפט" און "משפט שלום האבן געשריבן, 1) אז אריינגעבן א קלאגע אין "רשם החברות" איז ערכאות לכל דבר, אין "חברת קרית יואל" מיז נישט אראפנעמען דעם "עיקול" וועלכע זיי האבן געמאכט אין בית המשפט אלס רעקאציע אויף די מסירות פון משה חיים ווייס און הר' אהרן טייטלבוים. 2) אז נאכן עיקול אין געריכט דארף מען גיין זיך שטעלן בוררות ווי חברת קרית יואל האט מגלה דעת געווען פאר אלע ביידע בתי דינים, אין ווי עס ווער קלאר ארויסגעשריבן אין היתר בי"ד פון ביד"צ "משפט שלום".
דער ביד"צ האט באשלאסן, אז משה חיים ווייס מיט הר' אהרן טייטלבוים מיזן ארויסגיין פון ערכאות צוריקציען פון די מסירות אין "רשם החברות", און דערנאך דארף "חברת קרית יואל" ארויסגיין פון ערכאות. אין באשלוס שטייט אז די ארויסגיין פון ערכאות וועט פארקומען נאר נאך וואס מ'וועט אויסוועלן א זבל"א של ג', און נישט פארדעם.
אויך שטייט אין באשלוס אז דער דיון וועט זיין נאר איבער די רכוש פון סאטמאר אין בני ברק.
צודערצו האט דער ביד"צ באשטעטיגט עפ"י תורה דעם "עיקול" אז משה חיים ווייס טאר נישט בויען אין דעם "לאט" און ער טאר גארנישט טאן אין די קאפארעישאן.
ביים זיצונג האט דער ירושלימ'ער שליט"א עמאלדן אז דער בי"ד זבל"א טאר נישט דיין זיין איבער רביסטעווע, ווער עס איז רבי אין בני ברק, און עס איז נישט משנה איבער דעם סכסוך ווער האט דעם סמכות אויף די נכסים.
אויך איז באשלאסן געווארן אז אלע תובעים ונתבעים וועלן דארפן אונטערשרייבן "שטרי בירורין" אנגעהויבן פון הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין שליט"א, הר' אהרן טייטלבוים הר' משה חיים ווייס.
די באשלוס פון "ביד"צ העדה החרדית" איז אויפגענומען מיט גרויס פרייד ביי אלע ערליכע אידן אין ביי כל קהל חסידי סאטמאר.
נשלח ב-17/8/2006 01:20
ער שטעלט אן א פנים כאילו ער וויל "דין תורה"...כא כא כא כא כא.
ווען אימער איך הער ווי זלמן לייב אפערט "דין תורה", דערמאנט מיך עס ווי אראפאט פלעגט צו זאגן "ווי וואנט פיס"
נשלח ב-17/8/2006 01:29
פעשי.
האסט פארגעסן צו מאכן א V מיט די פינגערס...
נשלח ב-17/8/2006 01:37
גוט מארגן ר' פעשי.
ביי ענק שטייט מען אויף ביינאכט ?
אדער אפשר שלאפסטו יעצט גאר, און מיר אלע האלטן מיט דיינע חלומות ?
איך גיי זיך נישט טענה'ן אויף די גאנצע זאך, וואס איך קען נישט ווילאנג איך זע נישט דעם בריוו
[אגב, דער בריוו איז ערגעץ "סטאק"... די זאליס ארבעטן מיט אלע כוחות אז בי"ד זאל נישט
ארויסגעבן דעם בריוו פון זייער נצחון...].
איך וויל נאר פרעגן איין זאך:
אפשר ביזטו אונז מגלה - דורכ'ן שר החלומות - וואו אינעם בריוו פון משפט שלום ס'שטייט דאס וואס
דו שרייבסט יעצט?
נשלח ב-17/8/2006 02:17
[באקומען אין אישית:]
פעשי, דו אליינס שרייבסט אין דיין קונטרס ע' י"ב אז די 'מסירה' וואס ר' משה חיים האט
אריינגעגעבן ביי די רשם החברות איז אזוי געפערליך, אז ס'איז פשוט נישטא קיין וועג עס צוריק
גוט צו מאכן נאר דורך גיין אין קאורט, ווייל ביי דין תורה קען מען דאס נישט פאררעכטן.
איז וויאזוי קען יעצט די עדה פארלאנגען אז מ'זאל ארויסגיין פון קאורט און גיין צו זבל"א,
מ'קען עס דאך נישט איבערמאכן אינדרויסן פון קאורט?
נשלח ב-17/8/2006 02:35
עמוד יט די לעצטע צווי שורות שטייט
"כי שום בי"ד אפילו יפסוק נגד ר' משה חיים ווייס אינו יכול לתקנו, רק מתן "פסק דין הצהרתי" המחזיר יציבות החברה וחוקיות בעליה".
און דער בוררות גייט טאקע הייסן פאר איינע פון די צדדים מאכן א "דעקלעירעישאן", און דאס וואס מיר האבן געוואלט.
נשלח ב-17/8/2006 02:37
עמ' כא שטייט ווי פאלגענד: "בנוסף הביעו מנהלי חברת "שיכון קרית יואל בע"מ" את הסכמתם להתדיין בפני די"ת כדת וכדין, כאשר הר' משה חיים ווייס והר' אהרן טייטלבוים יחזרו מהמסירות ומהמלשינות שהגישו במשרד המשפטים הנ"ל".