| נשלח ב-20/8/2006 18:22 |
|
| |
אשכול בקשות צו Jnet
היות ווי פרייטאג-מוצאי שבת-זונטאג איז דער ביורא פון Jnet געשלאסן, אן אידישע קינדער ארבעטן דאך יא דאן, און מען קען נישט צוקומען צו די אינסטאנצן, איז מעגליך ראטזאם אז מען זאל דא גרינדן א אשכול אין ווועלכער מען וועט זיך מעגן באקלאגן אויף בלאקירטע סייטס, וועלכע פאדערן א אויפקלערונג הלמאי מען האט זיי בלאקירט.
איך הייב אהן:
www.wikipedia.org
אנגעגעבענע סיבה:
Pornography/Adult Content
(עס לאזט אריין בלויז אינעם הויפט-בלאט, ווייטער איז נישטא קיין צוטריט).
זאלן די Jnet איינגעשטעלטע לאזן הערן זייער מיינונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2006 18:35 |
|
| |
HowardForums.com
דאס איז איינע פון די גרעסטע און באוואוסטע סייטס וואו מענטשן טוען זיך אדורכשמועסן - אויף אן איידעלן אופן - מעלות און חסרונות פון אלע סארטן סעל-פאון'ס, און עצות ווי אזוי צו נוצן די פיעטשארס, וכדומה.
ביז נישט לאנג צוריק האט דאס פיין געארבעט, אבער זינט JNET האבן לעצטנס אייגעצויגן דאס פאסיקל און ארויפגעלייגט חומרא על חומרא (ווי זיי האבן געשיקט אין א אי-מעיל פאר אלע סובסקרייזער), האט זיך דאס גענצליך אפגעבלאקט.
בכלל האב איך א טענה צו דזשעי-נעט, אז ווען מ'שיקט זיי אריין די בקשה צוריק צו עפענען א סייט אדער אן אנדערע רעקוועסט, וועט עס עפ"י רוב נישט אדורכגיין - עס קומט ארויס אן "ערראר", און אפילו עס גייט שין יא צו מזל אדורך, און זיי גאראנטירן צוריקצורופן בלייבט דאס ביי דעם. זיי וועלן קיינמאל נישט צוריק קאנטאקטן.
דעריבער וויל איך אויסדרוקן מיין דאנק פאר נבוכדנאצר פארן עפענען דעם פארום, איך האף אז די איינגעשטעלטע ביי JNET וועלן דאס זעהן, כולי האי ואולי וועלן זיי זיך וויסנדיג מאכן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2006 19:16 |
|
| |
איך קען יא אריין צו HowardForums.com, מיין פילטערינג לעוועל איז 3.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2006 22:56 |
|
| |
מיין לעוועל איז די העכסטע, לעוועל 5, אבער כ'האב געבעטן זיי זאלן לאזן אפן Web-Mail, און אויך "שאפינג" סייטס.
(איך ווייס אז עס איז דא לעוועל 6 בלויז פאר אי.מעיל און א א.ג. "ווייסע ליסטע" וואו מ'קען נאר גיין אין די פלעצער וואו מ'נעמט זיך אויס לכתחילה.)
מיין שאלה איז פארוואס ביז 2 וואכן צוריק איז אלעס געווען א מחי', און אלל-אף-ע-סאדען האט זיך עס פארהאקט אין מיין פנים....
|
|
|
|
| נשלח ב-22/8/2006 06:13 |
|
| |
נבוכרנצר
אזוי פיל קען איך דיר זאגען אז וויקיפידיע אויף אידיש איז געשריבען דורך איינעם וואס מאכט זיכער אז יעדע פאר ווערטער זאל אריין גיין ווערטער וואס זענען אין יענעם קאטאגאריע.
א עקעל.
|
|
|
|
|