בית פורומים כל העולם כולו

סיגעטער געווינען עוד הפעם....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/8/2006 20:16 לינק ישיר 
סיגעטער געווינען עוד הפעם....

די קרית יואלער סיגוטער באוועגונג האט זיך דערזען מיט א מעכטיגען פראבלעם ווואס רופט זיך "רעאליטעט".  עס איז געקומען דער צייט וואס דער ציבור אין קרית יואל שטעלט זיך ארויס מיט א קלארקייט, הלנו אתה אם לצרינו, די סיגעטער עפענען מוסדות און כל אשר בשם סיגעטער\זשיגאן יכונה שטעלט זיך ארויס אז ער געהערט אויך צו די קליקע פון די מסרבים לדין און לייגט אריבער די קינדער אין די נייע מוסדות דזשיגאן.

נו, איז דאך לכאורה אלעס פיין און זיס, די סיגעטער וועלען זיך קענען פארמאכען די אויגען ווי די בת היענה און זיך דרייען נאר אין די "צענטראלע בית המדרש הגדול" ד'סאסמאן און אין די סיגעטער מוסדות און זיי וועלען מיטאמאל וויסען אז סאטמאר גייט ווייטער אן, זיי וועלען ליינען אין היידפארק און אין "באריכט" ווי אזוי די סיגעטער קהלה וואקסט און בליט אויף הייווען אין אז סאטמאר איז אפגעשפארט געווארען נאך דעם וואס די סיגעטער קינדער זענען ארויס, ושלום על זשיגאן בכל אתר ואתר....

דער פראבלעם שטעלט זיך אבער ארויס אז עס איז דא געוויסע עלעמענטען וואס באלאנגען צו סיגעט אבער זענען נישט אינגאנצען בלינד, און די כאפען א בליק אז נאכדעם וואס די סיגעטער מוסדות האבן זיך געעפנט פארן די באסעס פון סאטמאר ווייטער, די בילדינגס זענען ווייטער פול מיט קינדער און עולם כמנהגו נוהג,  איז דער פראבלעם וואס טוט מען??????

דער סיגעטער פראבלעם ווערט נאך שטערקער.....
דער סיגעטער שטערקסטער לאזונג איז אייביג געווען "יחידים המשתלטים על הציבור", "מיר וועלען זיך נישט לאזען פון ארון טייטלבוים, מאיר הירש, דוד עקשטיין וכו', די טענה איז געווען אז זיי האבען רובא דרובא ציבור, 60-70 פערצענט פונעם סאטמארען ציבור אין קרית יואל, און היתכן אז מען וויל אויף דעם רוב ציבור ארויפצווינגען א רב און הנהלת הקהלה וואס איז נישט לפי רוחם.  די טענה איז א טענה וואס איז אפגעקויפט געווארען פאר גוט געלט אין די פרעמדע גאס און אויך ביי געוויסע רבנים וואס האבען געהאלטען אז מען קען נישט ארויפצווינגען אויפען ציבור קעגען זייער ווילען.  פארשטייט זיך אז מען האט קיינמאל דאס נישט געקענט אפענטפערען, און אפילו עס איז געקומען וואלן וואו מען האט קלאר געזען ווער עס האט דעם רוב האבן זיי גע'טענה'ט אז עס געווארן סאבאטאזשירט און עס איז געפעלשט, ממילא איז נישט געווען קיין וועג אויפצוווייזען למי החותמת ולמי הפסולים.  מיט זייער פראפאגאנדע פון שקרים וכזבים קענען מיר זיך נישט פארמעסטען, נאך אלעמען זענען מיר שוין העכער 15 יאר אלט און ממילא זענען זיי געבליבען מיטן ניגון אז זיי זענען רוב און נישט סתם רוב נאר רובא דרובא פונעם קרית יואל'ער ציבור.

זיי האבען גענומען א חוב קדוש צו באפרייען דעם קרית יואל'ער ציבור פון די הנהגה וואס מען האט ארויפגעצווינגען אויף זיי און מען וועט איינמאל פאר אלעמאל עפענען מוסדות און בתי מדרשים, ארונ'ס שוהל אויף גארפיעלד וועט זיך אויסליידיגען און די מוסדות וועלען בלייבען אָן קינדער און דער אמת וועט ארויפשווימען ווי בוימעל אויפען וואסער אז זשיגאן די בכל אתר ואתר האט 70% פונעם ציבור אין קרית יואל.

פעסט פארווארד צו סעפטעמבער 1, דער "דריטער" יאר פון זשיגאנ'ס מוסדות אין קריתיואל עפנט זיך און די סיגעטער מוסדות שטייען כלול בהדרו ווי מען קען זען פון די הערליכע בילדער אין דעם סיגעטער אדווערטייזינג בראשורס, די שיינע עירקאנדישענד באסעס נעמען אויף די צאן קדשים און מען הייבט אן צו לערנען מיט א פרישקייט אין מוסדות זשיגאן.

די מנהלים נעמען די מספר פון די תלמידים און זיי דערזעען זיך מיט א ריזיגען מספר כחול הים פון קנאפע 600 קינדער כן ירבו אריינגערעכענט די שערי תורה ויראה ישיבה, דער מצב איז געהויבען די פרייד איז שטארק ברוך השם מען האט דערלעבט צו באפרייען דעם ציבור פון די "יחידים המשתלטים על הציבור", דער סיגעטער זאגט שוין פאר זיינע שטוב מענטשען "ארון פלאצט" און דער ציבור אין קרית יואל דרייט זיך ארום מיט געהויבענע קעפ, א קלייניגקייט? זיי זענען באפרייט...  free at last...  ארון טייטלבוים וועט זיי מער גארנישט איינטיילען און זיי וועלען זיך רואיגערהייט ווייקען ביים סיגעטער שטריק..........  ממש אן עולם התיקון.

אבער........... דא קומט אריין דער גרויסער "אבער", ווינדער איבער ווינדער, ווער קען דען פארשטיין אזא מענטאליטעט, א ריזיגער ציבור, ווייניגסטנס "זיבן מאל" פון דעם ציבור וואס האט אנגענומען דעם באפרייאונג, האט אויסגעוועלט צו בלייבן אונטערדריקט אויף ווייטער אונטער די "יחידים המשתלטים על הציבור", זיי האבען אויסגעשריגען בקול גדול ולא יסף צו זלמן לייב טייטלבוים און מענדל שווימער מיט זייערע געהילפען "מוחל טובות" ......... איך וויל בלייבען ווייטער אונטערדריקט, איך בין נישט אינטערעסירט צו ווערן באפרייט, מיר קוקען ארויס צו בליייבען ווייטער אונטערדרוקט אונטער סאטמאר און זיך פירען בהדרכת פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א וואס מען האט אויף אונז "ארויפגעצווינגען".......

הפלא ופלא פון די 60-70 פראצענט אונטערדרוקטע האבען נאר 10%-15 אנגענומען דעם רעטונגס שטעקען און געלאפען צו סיגעט, דער איבעריגער ציבור וועט ליידער בלייבען אונטערדרוקט פאר דורות דורות אונטער סאטמאר.

און דא צעפאלט זייער גאנצער house of cards, דער אמת שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט דא קיין "יחידים המשתלטים על הציבור", עס איז נאר דא יחידים וואס האבען זיך געוואלט משתלט זיין על הציבור דורך די גניבה, טעראר און מסרב זיין לדין, אבער ברוך השם לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, זיי האבן ברוך השם נישט מצליח געווען און סאטמאר איז קאי וקיים ביז משיח'ס טאג בדרך הסלולה לנו מרבותינו הקדושים והנמשכת בגאון ובעוז על ידי כבוד קדושת מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א.

דא שטעלט זיך ארויס אז דו ביסט א מיעוט און א קליינער מיעוט, אויב אזוי וואס איז דיין טענה געווען די אלע יארן?
אבער גיי טענה מיט א סיגעטער געווינס, דער פאקט איז אז זיי האבען געווינען און אין לך רשות להרהר אחריה...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2006 23:20 לינק ישיר 

סימןטוב  גוט געזאגט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2006 23:40 לינק ישיר 

סימן טוב

ס'פאסט נישט, קום אויף מיט אן אייגן ארטיקל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סיגעטער געווינען עוד הפעם....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext