|
|
| נשלח ב-20/8/2006 23:16 |
|
| |
ערשטע טעסט: סאטמאר אין קאנטראל פון ביה"ח!!!
סאטמאר האט געוואונען די ערשטע טעסט.
היינט האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט וואו די זאליס זענען אנגעקומען מיט זייערע געווינסן.
סאטמאר איז פולשטענדיג אין קאנטראל פון ביה"ח. די גאנצע פראצעדור אנגעפאנגען פון די סעקיוריטי און געענדיגט מיט די צדקה-בודקעס, ווערט אנגעפירט דורך סאטמאר און נישט דורך די זאליס, די חסידים פון סיגעטער.
קיין שום מוסד איז נישט ערלויבט צו האבן קיין טענט אין דעם ביה"ח חוץ - - - סאטמארע מוסדות פון וויליאמסבורג!
סאטמארע חסידים פירן אן מיטן גאנצן אפאראט פון צושטעלן אכילה, שתי' ולינה, און יעדער וואס קומט ארויף צום ציון באקומט א ביכל מיט פונקטליכע אינפארמאציע איבער די נייע מוסדות.
עס איז א געשמאק צו זען וויאזוי די זאליס קומען ארויף צום ציון און טרעפן זיך נישט דאס פלאץ דארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2006 23:21 |
|
| |
ס'איז ב"ה שוין נישט די ערשטע טעסט ס'איז שוין געווען א דאזן פון טעסטס לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי די רשעים זאלן נישט קענען אויספירן זייערע בייזוויליגע פלענער מיטן צושטערן מנוחת קדשם של רבותינו הקדושים עצי התמרים זי"ע
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2006 23:30 |
|
| |
אמת עס איז זייער געשמאק, ווען מען זעט אז סאטמאר איז בעה"ב, אבער לפי זה פארשטיי איך נישט ווי קומט דאס אז כמעט א האלבע וועג ארויף איז אנגעפיקעוועט מי די אלע כאלאזען ווי למשל סאסמאן'ס מוסדות פין קרית יואל סאסמאן'ס מכלומרשטע צדקה צוועק, וואס זיי רופן עס טוב וחסד, די סיגעטע מוסדות (דערווייל) פין וומ"ס, די סיגעטע מוסדות פין ירושלים ועוד ???? אויב זענען מיר אינגאנצען בעה"ב פארוואס לאזט מען זיי שטיין דארט???, לו יצויר אז די סיגעטע זענען אינגאנצן בעה"ב היל"ת, וואלטן זיי אונז נישט געלאזט אפילו דריסת הרגל, טו דארף מען מקיים כאשר עשה כן יעשה לו, ... עפעס שטימט נישט דא....
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2006 23:42 |
|
| |
העטעך שרייב אזוי
ועשית לו כאשר "זמם לעשות לאחיו"
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2006 00:12 |
|
| |
דאנט ווארי, ווארט ביז איבער'ס יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2006 02:33 |
|
| |
זייט א מזכה את הרבים
ברענגט בילדער. ס'איז דא אידן וואס קענען זיך נישט משתתף זיין על קברו פון רבין זיע"ו און אזוי אויך ביי די סעודת הילולה ביז יעצט איז נאכנישט דא קיין איין בילד פאר א רפואה
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2006 09:07 |
|
| |
דו ביזט אויך מודה העטעך אז סאטמאר איז געווען אין קאנטראל פונעם ביה"ח, מ'האט עס געזען אויף טריט און שריט, בפרט ביים בודקע פון מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג. אלא מאי פארוואס מ'האט געלאזט יעדן שטיין? די איינציגער תירוץ איז אז סאטמאר זענען די עכטע נועם המידות, אין סיגוט זענען די עכטע שלעגערס. ווילאנג סיגוט האט נאך געהאט עפעס קאנטראל אויפן ביה"ח האט מען זיך יעדעס יאר נאך געשלאגן, היי יאר ווען סאטמאר איז פולי אין קאנטראל, איז אלעס אדורך רואיג ב"ה, אזויווי עס פאסט פאר עכטע חסידים פון א רבי מוותר צו זיין ווי מער אבי נישט מבזה זיין דעם רבין אז מ'שלאגט זיך ביי זיין יארצייט!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2006 15:00 |
|
| |
ווער ס'האט גוטע בילדער זאל לייגען און ווער נישט נישט די בילד פון אויבן איז נאר פון איין זייט מ'זעהט נישט דעם איבערגעפולטן פאליש
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2006 17:36 |
|
| |
די סיגעטער זענען אזוי שוואך ביי זייער אייגענעם עולם, אז די איינציגסטע וועג אז צו מאכן אז זייער עולם געט געלט איז נאר אדער דורך טעראריזירן סאטמאר אדער דורך שרייען אז סאטמאר טעראריזירט זיי.
אויסער דעם וואס זיי האבן געהאט נעכטן אזא מיסע דורכפאל מיט די טענט פאר סאטמאר וויליאמסבורג, האבן זיי געהאט נאך א גרעסערע דורכפאל מיט דעם אז סאיז געווען אינגאנצן רואיג, אן קיין איין מעשה.
זיי האבן געמוזט גיין מאכן שנעל מעשיות אויף היידפארק, כאטשיק זאל איינער מיינען אז עפעס איז יא געווען, אפשר וועלן זיי מאכן פון דעם א טראפ מער געלט. http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2017550
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|