א אינטערסאנטע זאך האט נעכטן זיין שווער ר' דוד ארי' פרידמאן פארציילט ביי זיין הארצרייסענדען הספד, אז דער נפטר איז געווען א טאג בעפאר, זונטאג כ"ו אב ביים ציון הק' אין קרית יואל, דערנאך איז ער אריין צו רבינו שליט"א ווי ער האט פארברענגט מיטן רבין איבער א האלבע שעה, אין דערנאך האט די רבי איהם אנגעווינטשן אז ער זאל האבן פרנסה בריווח, האט ער געזאגט פארן רבין אז אויף פרנסה דארף ער נישט קיין ברכה, ווייל זיין מאמע תחי' האלט איהם אויס, נאר ער וויל אז די רבי זאל איהם אנווינטשן א ברכה אויף 'תורה ויראת שמים'. חבל על דאבדין. א טייערע תלמיד חכם געווען, מחבר געווען עטליכע ספרים. מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די. ובלע המות לנצח, אמן
|
|