הגאון ר' אליקום שלעזינגער שליט"א ביים יארצייט סעודה
איך האלט אז דאס דארף א באזונדערע אשכול און בהאנדלונג.
קודם ווער איז ר' אליקום שלעזינגער שליט"א?, א איד א זקן פון פאריגן דור, א איידעם פון הרה"ח ר' משה בלוי ע"ה, און תלמוד מובהק און פון די נאנטסטע מקורבים ביי מרן הגה"ק מבריסק זי"ע
ר' אליקום איז פון די גרעסטע (אויב נישט דער גרעסטער) לוחמים קעגן ציונות און זייערע פרומע נאכשלעפער, ער איז דער וואס האט מפרסם געוועו די אמתע דע"ת פון מרן מבריסק זצ"ל וועלעכע געוויסע מקורבים האבן פרובירט צו פארדרייען, ער האלט שטענדיג פייערדיגע דרשות קעגן ציונות, ער איז נתקרב געווארן צו רביה"ק בעל דבר"י זי"ע נאר וועגן די הייליגע שיטה, ולא חת מפני כל צו מפרסם זיין דעם אמת מיט מסינ"פ.
(בריסקער רב האט אים געזאגט ווען ער האט אים פארציילט אז מ' האט טענות אויף רביה"ק אז ער דאווענט שפעט מנחה, האט בריסקער רב געזאגט בזה"ל, "מיר האבן נישט אין דעם דור קיין מלחמה וועגן מנחה, מיר האבן נאר די מלחמה קעגן ציונות, און סאטמארער רב איז דער יחיד בדורו אין די מלחמה ,און איז א איש אמת, טאר מען אויף אים נישט מערער זיין", (געהרט פון ר"א))
אויך איז ער שטארק עוסק אין הצלת קברי אבותינו באייראפע, וואס דאס ברענגט אים נאענט צו מיילעך שטערן, וועלעכער פרובירט משפיע זיין אויף אים צו טוישן זיין מיינונג.
ער איז אויך געווען שטארק בידידות יבלח"ט מיט רבינו הב"מ זי"ע, און ביי די חלב פרשה געשריבן א שטארקע בריוו פאר סאטמאר להגן מן הקמים עליו.
זינט די פרשה האט זיך אנגעהויבן איז ער געווען פון די שטארקע תומכים פון רבינו שליט"א, ווען רבינו שליט"א איז געווען אין לאנדאן איז ער שטענדיג געקומען.
אויך ווייסט מען אין לאנדאן אז ביי יעדע סאטמארע מסיבה באשיינט ער דעם אויבן אן צוזאם מיט סטאניסלאווער רבי שליט"א, אבער ביי דעי מסיבה פאר סאסמאנ'ס מוסדות פאריגן ווינטער זענן די צוויי נישט דארט געווען.
נעכטן נאכט ווען עס איז געווען 2 סעודות אין קר"י, און אזוי ווי דער ב"מ איז שוין נישט דא, וואס יעדער כמעט פלעגט גיין לכבודו, האט יעדער שיינער יוד געוויזן נעכטן ווי ער וויל באלאנגען, האט ספעציעל ארויסגעשיינט די פערזענליכקייט פון הגאון ר' אליקום שלעזינגער שליט"א ביים יארצייט סעודה בצלו פון רבינו שליט"א, ווייזענדיג מיט דעם וואס זיין מיינונג איז, בנוגע ווי די ארגיניעלע סאטמאר איז.
ווען ער איז אנגעקומען אינמיטן די דברות קודש פון רבינו שליט"א האט מען אים גלייך ארויפגעזעצט אויבן אן ממש דער ערשטער, רבינו שליט"א האט מפסיק געווען לכבודו און אים באגריסט.
ער איז געבליבן ביז צום סוף פון די דרשה וואס ער האט אויסגעהערט מיט גרויס אינטערעס און זיך דערנאך ווארעם געזעגענט פון רבינו שליט"א.
איך מיין אז זיין קומען מיינט גאר אסאך.
 |
|
|