קודם איז רבינו שליט"א געגאנגען צו די וועריק בילדונג ווי ער איז ארימגעגאנגען אלע כיתות, ער האט דערציילט אפאר אינטערעסאנטע מעשיות, וואס ער געדענקט פין די אלטע בנינים וואס סאטמאר האט געניצט,
דערנאך איז ער צוגעפארען צו די סענפארד בילדונג, רבינו שליט"א האט זיך מטריח געווען און ארויפגעגאנגען אלע 6 שטאק, וויבאלד דארט אויבן איז שוין אינגאנצען פארטיג, דערנאך איז ער אראפ, און זיך אפגעשטעלט ביי יעדע שטאק באזינדער און דורך געגאנגען אלע דעטאלען פינעם בויען.
|
|