אין "דער בלאט" איז דא א עקסטערע ביילאגע מיטן נאמען "הכי דמי חלול השם" איבער די גאנצע שערורי', ווען די שוין ברייט באקאנטע מוסרים און מסרבים לדין זענען ווידער אמאל אריין בערכעות אין בני ברק,
נשלח ב-24/8/2006 19:38
און וויליאמסבורג איז אויך דא א "אינסערט" פון די אינהאלטסרייכע קונטרס וואס עס איז אויסגעטיילט געווארען כ"ו אב ביים ציון הק' פון די נייע "מוסדות תורה ויראה דריבינו יואל וויליאמסבורג".
ביי דיר איז דען א ספק צו די זאליס וועלן גיין צום דין תורה ?
קוק זייער 7 יאריגע היסטערי.
נשלח ב-24/8/2006 21:57
דא אין קרית יואל איז אויך געווען אריינגעלייגט די קונטרס.
איך וואונדער מיך אבער אויף שמעון ראלניצקי, די וואך האט ער נישט קיין איין נייעס, נאר פון
ליבערמאן, צען נייעסער אלעס פון ליבערמאן.
נשלח ב-24/8/2006 22:00
קודם איז נישט אלעס פון ליבערמאן
אבער אדרבה זאג מיר וואסערע פאליטישע נייעס איז אונז אינטערעסאנט אויב נישט אסאך פון ליבערמאן
אביסל פון הילערי
איך קען נאר רעדן וואס איז מיר אינטערעסאנט, אבער איך גלייב אז אויך דו קענסט נאר רעדן פאר דיר