בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג/שטערן/צייטשריפט/ נייע וועכענטליכע אויסגאבע צייטונג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/8/2006 06:57 לינק ישיר 
ברעקינג/שטערן/צייטשריפט/ נייע וועכענטליכע אויסגאבע צייטונג

קרעדיט דיפלאמאט חדשות אנש

ברעיקינג: נייע וועכנטליכע אויסגאבע/צייטונג עס איז ווייניג מאל ווען איך קען אייך - מיינע געטרייע ליינער - מיטטיילן אזעלכע פריידיגע נייעס ווי דאס וואס איך גיי מעלדן אין די קומענדיגע שורות. אידישע ליטעראטור איז דורכגעגאנגען פארשידענע תקופות דורך איר עקזיסטענץ. איך וועל איצט נישט מאריך זיין אין איר היסטאריע, אבער דער סך הכל איז אז נאכדעם וואס ביי די יידישיסטן איז עס כמעט ווי אפגעשטארבן און היימישע אידן זענען די איינציגע וואס האבן זיך אין איר אנגעהאלטן, זעט מען א שטארקע פארלאנג פאר גוטע ליין-מאטעריאל אויסצופילן דעם חלל פון נישט האבן גענוג געשמאקע סחורה וואס מען זאל זיך קענען דערקוויקן אין היימיש מאמע לשון.איך האב זיך שוין אסאך מאל אפגערעדט אויף דעם וואס עס אפי' נישט דא א נייעס בלעטל וואס זאל זיין נייטראל און נישט זיין פארנומען מיט דעקן סיי וועלכע פארטיי (המתקרי' חסידות בלע"ז) און זאל בלויז זיין פארנומען מיטן איינעם ציל וואס דארף זיין פאר א צייטונג: צו שטעלן נייעס און תוכן'דיגע מאמרים וואס זאל פאראינטערעסירן אירע ליינער, אסאך פון די גולשים ווייסן צו זאגן ווען איך בין געווען פארנומען מיט שאפן שרייבער פאר א נייע צייטונג וואס האט אט-אט געדארפט ערשיינען לאור עולם און איז אין לעצטן מינוט אפגערופן געווארן צוליב טעכנישע סיבות וואס איך ווייס נאכנישט עד היום. איך האב אסאך ארבעט אריינגעלייגט דערין שלא על מנת לקבל פרס ווייל איך האב נישט געהאט א חלק דערין, אבער צוליב די נויט דערפון האב איך געשפירט אז עס איז א שטארק וויכטיגע זאך פארן ציבור תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 24/08/2006 7:28:42



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2006 07:42 לינק ישיר 

א שאד אז נאכן האבן א פולן סטעף גרייט, ובראשם א גאר טויגליכן רעדאקטאר איז עס פריצייטיג אויסגערינען. חבל. אצינד האט מיר איינער פון מיינע ידידים געמאלדן איבער א גאר פריידיגע מעלדונג אז מיין חלום גייט פארווירקליכט ווערן. אין די קומענדיגע פאר טעג גייט מען טרעפן אין די געשעפטן א נייע באשעפעניש מיט א אלטער נאמען. דער אלעמען באקאנטער אויסגאבע 'דער שטערן' האט זיך פאראייניגט מיט דעם נייעם שנעל אויסגעכאפטער 'צייטשריפט' און גייען ארויסקומען אין איין הערליכער אויסגאבע! דאס איז אבער נישט אזא געוואלדיגע נייעס, ווייל טובים השנים מן האחד. קאמפעטישן איז גוט פאר אונז ליינער. אנדערש איז אבער דא, ווען די חודש'ליכע אויסגאבע'ס גייען זיך אויסברייטערן אלס וועכנטליכע צייטשריפט, און גייען אנהייבן ערשיינען יעדע וואך מיט געשמאקע אינהאלטפולע מאמרים און לויט זייער רייכער פארגאנגענהייט קענען מיר זיין זיכער אז עס איז דא אויף וואס ארויסצוקוקן און צו ערווארטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2006 20:55 לינק ישיר 

איך האלט זייער פון דער שטערן

נאמבער 1
די וועג וויאזוי ער לייגט אראפ די נייעס
אן קיין אייגענע פאטריאטישקייט
נאר פלעין פאקטן און אנאליז
אן קיין פארטייאישע אינטערווענץ


ווען די צייטשריפט האט זיך פאראייניגט מיט דער קינדער שפיל האבן אנגעהויבן ארויסקומען מוחאת איינס נאכן צווייטן
פארוואס ווייס איך נישט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג/שטערן/צייטשריפט/ נייע וועכענטליכע אויסגאבע צייטונג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext