בית פורומים כל העולם כולו

בזמן שהפורים רבי בעיר: דער שרעקליכער דורכפאל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2006 03:59 לינק ישיר 
בזמן שהפורים רבי בעיר: דער שרעקליכער דורכפאל!

 די וואך איז לויט די זאליס זייער וואך אין קרית יואל. דער סיגעטער איז אין שטאט, ער פירט טיש, ער מאכט דינערס, און איז מחזק די שונאים פון זיין ברודער.

אין די לעצטע פאר טעג האבן זיך די זאליס געשוואוירן אז דער זאלי באזוך אין קרית יואל וועט זיין א מעכטיגער געווינס פאר די זאליס און שרעקליכער פאטש פאר די אהרונים און אז דער זאלי באזוך אין קרית יואל וועט ענדליך העלפן פאר זייערע וואקלדיגע מוסדות אין שטעטל וואס שטייט שוין פינף יאר און פארמאגט ניטאמאל קיין גאנצע 800 קינדער!!! (בשעת די סאטמארע מוסדות אין וויליאמסבורג האבן זיך יעצט געעפנט מיט דריי און א האלב טויזנט קינדער!!!) און פאר זייער סאסמאן לעכל וואס איז שוין געעפנט געווארן מיט א שיינע פאר יאר צוריק אבער איז נאך אלס נישט פארטיג, ווייל ס'איז נישטא קיין געלט!!!

אבער דער גאנצער וויזיט איז פון אנפאנג געווען א שרעקליכער דורכפאל. אנגעפאנגען האט זיך עס כ"ו אב ווען ביידע ברידערס האבן געפירט טיש אין זעלבן שטאט און עס האט געדארפט זיין א שאודאון, אבער ווי אלעמאל ביז יעצט האט דער סאטמארער רבי שליט"א געוואונען דעם שאודאון און מיט א מעכטיגן אויבערהאנט.

אלע רביס און רבנים וואס זענען געקומען קיין קרית יואל צו די יומא דהילולא האבן פולשטענדיג באיקאטירט דעם סיגעטער און נאר געגאנגען צו סאטמארער רבי'ס טיש, און דאס זעלבע איז געווען מיטן ריזן ציבור סאטמארע און פרעמדע אידן וואס האבן נישט אריינגעטרעטן צום סיגעטער'ס טיש אויף לארקין ראוד, א האלבע שעה אוועק, נאר זענען אלע געקומען צום רבי'נס טיש אין גרויסן בית המדרש וואס איז געווען געשטאפט.

היינט דאנערשטאג איז געקומען דער גרעסטער שאס. במשך די לעצטע וואך האבן די זאליס געפירט א קאמפיין אין קרית יואל מיט צעטלעך, פאשקעווילן, עדס און טעלעפאן קאלס אז יעדער איינער זאל ארויסקומען שטימען קעגן סקול דיסטריקט. אלע זאליס וואס זענען אריינגעגאנגען צום סיגעטער מיט א קוויטל זענען אנגעזאגט געווארן ביי די טיר נישט צו פארגעסן צו גיין שטימען קעגן סקול דיסטריקט.

דערווייל איז דער וואל טאג אריבער, די שטימען זענען אפגעציילט געווארן און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער סיגעטער האט מיאוס פארלוירן. כמעט 85 פראצענט קרית יואלע וואוטערס זענען ארויסגעגאנגען שטימען פאר'ן סקול דיסטריקט כאטש סאטמאר האט נישט געמאכט קיין שום פאמפע, קיין שום טעלעפאן קאל, און קיין שום עד און אוודאי נישט געמאכט קיין פאלשע פארפירערישע צעטלעך ווי די זאליס האבן געמאכט.

שטעלט אייך פאר וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען סאטמאר מאכט יא א קאמפיין אז מען זאל גיין שטימען!

און דאס איז שוין בזמן שהפורים רבי בעיר!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2006 04:04 לינק ישיר 

ר' זאלי מאכט א גרויסע דינער זינטאג אין א ריזיגע ביר פאבריק ווערהאוז

די זעלבע צייט מאכט רבינו שליט"א א טיי אווענט ביי זיך אינדערהיים פאר אבני חסד

העמיר זען דעלמאט וויפיל גייען דורך גיין ביים גרויסן דינער
און וויפיל ביים קליינעם טיי אווענט
און וויפיל געלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 06:43 לינק ישיר 

דער דורכפאל האט אפגעהילכט אזוי שטארק, און איז געווען אזא פראסק פאר די סיגוטער, אז זייער פארום איז גענצליך שטיל געווארן ווי נאר זיי האבן געהערט די נייעס. אדער מעגליך אז מ'גרילט שוין יעצט פאר די גרויסע "דינער" פון זונטיג, און יעקב בער'ס פרענד'ס זענען געגאנגען העלפן דעם סיגוטער נאשן אביסל "טועמיה"?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 17:25 לינק ישיר 

ווארהייט דארפסט שיריים ס'איז נאך איבערגעבליבן שיריים פון די גריל'ד סטעיק אאאהההההההה ס'איז געווען דעלישעס
ההההההממממממממממ






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 17:53 לינק ישיר 

נישט נאר דאס, די פורמס וואס זיי האבן געפענט פאר די וואלן האבן די "נייטאראלע" מנהלים אראפגענומען, אזוי אז א סאטמארער האט געמנזט עפענען א נייע אשכול וואס האט שוין איבער 300 צפיות, אבער קיינער עפענט זיך נישט דאס מויל דארט דערוועגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2006 19:33 לינק ישיר 

אין רעקארד שטייט היינט גארנישט דערוועגן, זיי זענן שטיל ווי די סיגעטע.

אפשר יא? איך האב עס נישט געזען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בזמן שהפורים רבי בעיר: דער שרעקליכער דורכפאל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext