בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

א טענה אויפן ארויסגעבער פון שבחין אסדר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/8/2006 21:45 לינק ישיר 
א טענה אויפן ארויסגעבער פון שבחין אסדר

פארגאגענע וואך רעדט זיך מיר אויס א כולל איגערמאן,
איך גלייך נגינה אבער אין מיין מצב קען איך מיר נישט ערלויבן צו קויפן צו אפט,
עכ"פ לעצטענס זע איך אדווערטייזט א טעיפ "שבחין אסדר - אזוי ווי יודען פלעגן זונגען אמאל"
מיט א אלטע בילד פון א פארצייטשע גרייז-גרויע זקן,
ס'האט מיר אויסגעקוקט זעלבספארשטענדליך אז דא האנדעלט זיך פון א שלל פארצייטישע לידער,
ס'האט זיך ערוועקט און מיר א שטארקע נאסטעלעגיע, און כ'בין אריין און געשעפט, גענימען די סי די
געזוכט דערויף די רשימה פון ניגונים , אבער.. נישט געפונען גארנישט.
מילא איז נישט, וועל איך קלוגער ווערן און אפאר מינוט, כ'צאל 15 דאלער וואס איז ביי מיר לגמרי נישט איבעריג.
און דאן  האט מיר אפגעווארט א שטארקע  אנטוישונג...
ס'האט איגאנצן פיר (!4) ניגונים,
איינס א חזנות שטיקל
נעקסטע ,באבאוע קה רבון
דערנאך צוויי דורכשניטליכע "נאטינג ספעשל" משה גאלמאן ניגונים...
דעטס איט!
זאגט ער ווייטער, אפילו נניח ס'איז א נארמאלע זאך ארויסצוגעבן א טעיפ פון 4 אויסגעדראשענע ניגונים און בעטן דערפאר "טאפ פרייס". פארוואס שרייבט ער נישט דעמאלס אויפן דעקל די אינהאלט פונעם טעיפ, אזוי ווי 90 פראצענט טעיפס?
אויב האלסטו ס'איז נארמאל וואס באהאלט איר עס?
איך וואלט עס דאך קיינמאל נישט געקויפט, איז עס נישט אבק גזל? אונאת ממון?

ע"כ פונעם שמועס,
אגב, איך פרזענליך האב עס קיינמאל נישט געהערט.





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2006 03:31 לינק ישיר 

J



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2006 03:45 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז דער טעיפ איז נישט אויסגעהאלטן. ס'איז נישט אריינעגאנגען א צענטל ארבעט וואס מ'לייגט אריין אין א נארמאלן טעיפ.
 1) נאר פיר ניגונים.
2) די ניגונים האב'ן גארנישט געקאסט.
3) די מיוזיק האט נישט געקאסט (איך מאך עס נישט אוועק, ס'איז הערליך, און ס'ליגט ארבעט דערין, אבער,ס'איז נאך אלץ THE CHEAP WAY OUT) און אויב האט מע נישט געוואלט אריינלייגען צופיל געלט, האט מען נישט געזאלט טרייען ארויסצונעמען אזוי סאך געלט דורך רעכענען די נארמאלן פרייז.  איך האלט בכלל אז אויב וואלט מען גערעכנט ביליגער וואלט מען פארקויפט, און געמאכט, מער! 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2006 05:03 לינק ישיר 

און וואס זאגט דערצו Happyjew ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-28/8/2006 09:36 לינק ישיר 

איך וועל בראבירן צו ענטפערן. 1. אז די געלט איז דיר אזוי טייער פארוואס קויפסטו א טעיפ וואס איז דיר א תמיה וואס ליגט דארט? טאקע פארדעם קויפ איך נישט קיין טעיפס ביז ווילאנג איך הער נישט אדער ווייס קלאר וואס דאס איז. 2. איך בין נישט בעל הבית אויף'ן טעיפ און איך האלט שטארק אז מ' דארף יא שרייבן די נגונים. 3. עס האט טאקע 4 ניגונים אבער עס איז 45 מינוט. אזוי לאנג ווי מחנה שלוה #1 4. איין ניגון איז חזנות? וועלכע? מן הסתם מיינסטו אזי בשלישי. המממ. אפשר זאגסטו מיר וואס מיינט חזנות? 5. קה ריבון. נו איז א פראבלעם? האסט דאך געוואלט א שלל פון אלטע ניגונים. 6. צוויי נגונים פון א"מ משה גאלדמאן? אגב נאר לא תחמוד איז זיינס. און ז'איז גאנץ שיין בפרט ווי דער אינגעל זינגט קרוץ מחומר. 7. אפשר איז דאס נישט דער שענסטע טעיפ אין אידיש היסטאריא אבער אויב איז עס ביי דיר "אויסגעדראשענע ניגונים" איז טאקע א רחמנות אז די האסט דאס געקויפט. 8. אחר כל הדברים האלה איך פארשטיי אז עס טוט וויי, אבער האסט דיך געקענט באווארענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2006 09:50 לינק ישיר 

און יעצט צו פלאטשיקע: 1. "ס'איז נישט אריינעגאנגען א צענטל ארבעט וואס מ'לייגט אריין אין א נארמאלן טעיפ." גערעכט. נאר 10 מאל מער. 2. "די מיוזיק האט נישט געקאסט" גערעכט. עס האט נישט געקאסט אזוי ווייניג ווי א one man band music אבער נישט ווייט פון א live band production אין אנדערע ווערטער ס'האט געקאסט אסאך. 3. און וואס איז מיט די vocal שעות? דער זינגען אליין האט גענומען לענגער ווי א פאר מחנה שלוה טעיפס צוזאמען. אינטישטע שורה: עס האט געקאסט אסאך און עס האט געדאערט לאנג דאס צו מאכן. רעכענען ביליגער קען איך שוין נישט ענטפערן, ס'איז נישט אין מיינע הענט. ------------ שעהמטס אייך נישט ווייטער צו פרעגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2006 19:46 לינק ישיר 

שוין סתם פאר נייגעריגקייט וויל איך פרעגן, ווער איז יא בעה"ב אויב נישט דו, דוכט זיך אז די איינציגע נאמען וואס ערשיינט פראמינענט אויפ'ן דעקל איז נאר דיינס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-28/8/2006 21:29 לינק ישיר 

פישל בייגל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2006 23:34 לינק ישיר 

 העפי דשוי כל הכבוד, איך מוז מודה זיין אז נאך די גאנצע טאראראם דא, האב איך נאכאמאל אפיר גענומען דעם טעיפ און אים נאכאמאל אויסגעהערט, און ביסט 101% גערעכט, די מיוזיק איז אויסערוויגעוועהנליך שיין און קונסטליך, און ס'איז 100 מאל שענער פון א ONE MAN BAND און אפילו פון א LIVE BAND. און איך פארשטיי אז ס'איז אריין דערין געוואלדיגע כוחות און צייט.
 
ווען איך האב געשריבן מיין פריערדיגע תגובה האב איך גערעדט פון געלט, אז די מיוזיק האט נישט געקאסט קיין געלט, און ממילא האט דער טעיפ געזאלט זיין ביליגער,

אבער דער אמת איז אז א טעיפ באצאלט מען נישט נאר פאר די געלט  וואס יענער האט אריינגעלייגט, מ'באצאלט אויך פאר די כוחות, צייט (און א טעיפ נעמט אסאך צייט), קאפ,  וואס מ'האט ארינגעלייגט דערין.

למשל, וואס וואלט געוועהן אויב איינער האט אן אייגענעם STUDIO, און ער מאכט אליין ניגונים, ער שרייבט און שפילט אליין די מיוזיק, ער זינגט אליין, האט CHOIR אפאר חברים וואס קאסטן גארנישט, בקיצור די טעיפ האט אים געקאסט נאדא! גארנישט, וואלט ער געדאפט פארקויפן דעם טעיפ בחנם? אדער פאר א ביליגערן פרייז? ניין!!! אויסדריקליך נישט. פארוואס? ווייל מ'באצאלט פאר די פראדוקט. פאר די ארבעט, פאר די צייט וואס איז אריינגעגאנגען. און אויב האט יענער אריינעלייגט געלט, האפט מען אז ס'האט זיך אויסגעצאלט, מיט א שטיקעלע ריוח און די זייט.

HAVING SAID ALL THIS, צוה איך צוריק פון וואס כ'האב געשריבן אין מיין פריערדיגן תגובה.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2006 23:41 לינק ישיר 

סתם אויב איינער איז נייגעריג וועגן מיר: איך האב נישט קיין חרטה פארן קויפן די טעיפ און צאלן דעם פולן פרייז!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2006 00:40 לינק ישיר 

גוט צו הערן - אהלי צדיקים

פלאטישקע - די זאגסט ריכטיג אין דיין מהלך.

אבער עס זעהט אויס אז ס'איז דיר נישט קלאר וואס דא איז געוועהן.

פישל בייגל האט אונס געהייערט צו מאכן די מוזיק. פאר געלט. נישט בחינם.

חוץ מן המוזיקה האט ער באצאלט פאר די הינדערטע שעות פון אויפכאפן די קולות און עדעטין און מיקסען.

ס'האט 'עם' געקאסט אסאך און 'ער' פארקויפט עס.

אה"נ ווען איך וואלט אליין געמאכט מיין אייגענע פראדאקשען.....
סליחה, איך קען נישט זאגן מער... תוקן על ידי - happyjew - 29/08/2006 0:41:39



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2006 00:43 לינק ישיר 

Oh, and the trumpet player on Loi Sachmoid asked me to mention that there is actualy a real trumpet there - along with the other brass sounds



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2006 01:11 לינק ישיר 

מורי ורבותי! נאכדעם וואס יעדער האט צולייגט די טענות קעגן די טעיפ, וויל כדא צוריק 'מסדר' זיין די 'שבחים' פונעם טעיפ, מיין קורצע אנאליז האב כשוין געשריבן בשעתו ווען סאיז ארויס געקומען אין די אריגענעלע אשכול, כוויל נאר מוסיף זיין אז ווער סקען זיך נאר אביסל אויס אין עולם הנגינה און איז אפילו נאר א קליינער מבין הערט גראד די געוואלדיגע השקעה וואס ליגט אינעם טעיפ די פונקטליכקייט און געשמירקייט פונעם זינגען, קאור, מוזיק, מיקס וכו' וכו' איז ממש להפליא און פון די מערסטע פערפעקטע פראדוקשאנס וואס קומען ארויס היינטיגע צייטן, די ניגונים זענען אויך נישט פון די נייע סארט חדשים לבקרים נאר בבחינת יין ישן נושן ודעת זקנים די טענה פון בעטן פול פרייז איז דעריבער נישט ריכטיג, ווייל סאיז ווערט יעדע דאללער, און כמיין אז אפילו אויב די פראדוצירער וואלטן געוואלט וואלטן זיי נישט געקענט אריין שטופען מער ווי נאך איין ניגון מאקסימום לגבי די טענה אז סשטייט נישט די ניגונים אויפן דעקל אינדרויסן, איז אפשר א שטיקל טענה, אבער פארדעם איז דאך דא א פשוטע עצה, נעקסט טיים, פאר מקויפט א טעיפ מאכט מען זיכער צו ליינען אויף עולם הנגינה ערשט! אז מליינט דא אדער אויב מפרעגט זיך נאך אביסל ווייסט מען וואס מקויפט און סאיז נישט א בלינדע זאך



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/8/2006 02:08 לינק ישיר 

אלס פיר ניגונים וואלט איך עס מן הסתם נישט געקויפט, איך האב עס אבער געקויפט צוליב דעם איין ניגון, דער וועלט באקאנטער קה רבון פון באבוב, וואס איך וואלט זיך געטרויט צו זאגן אז פון די אלע פארדרייעכצער, הארמאניס, און קונץ שטיק וואס אונזערע טאטעס און זינגערס האבן צוגעלייגט צום ניגון לענגאויס די דריי אדער מער צענדליג יארן וואס דער ניגון ווערט שוין געזונגען צווישן היימישע אידן (בעיקר מיין איך באבוב און סאטמאר, ווייל רוב אנדערע האבן זייערע אייגענע) וואלט מען שוין געקענט מאכן א גענצליך פרישן ניגון, האב איך צו זיך געקלערט אז אויף דעם טעיפ וועל מן הסתם הערן צום ערשטן מאל דעם אריגינאלן. למעשה איז טאקע כדאי צו הערן דעם ניגון וואס ווערט אין ערגעץ נישט געזונגען נארמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/8/2006 05:45 לינק ישיר 

זיידי ביסט 100% גערעכט. בפרט אז מקען היינט אריינגיין אין יעדען  מיוזיק סטאר און אויסהערן די נייע טעיפס צו באקומען אן אהנונג פון וואס ס'האנדעלט זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2006 19:08 לינק ישיר 

יישר כח זיידי פאר די ווארימע ווערטער. מ'קען פארשטיין א מעלה פון נישט שרייבען די ניגונים אויף'ן קאווער, מענטשען וועלן פסקנען שנעל - בעעעע, ס'האט נאר 4 נגונים?! סתם א ג.... אבער אז מ' הערט עס זעהט עס אויס אנדערש. אונס האבן באקומן זייער אסאך גוטע גריסן פון דעם טעיפ. (כ'האב נאר נישט אלעס געשריבן אין דעם אנדערן אשכול ווייל כ'האב נישט געוואלט צווינגען muzikal צו קויפן דעם טעיפ, עיין שם)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > א טענה אויפן ארויסגעבער פון שבחין אסדר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext