די 2 וואכן איז שוין פאריבער און "ר" זלמן איז נאך אלץ אין קארט
נשלח ב-31/8/2006 20:38
קיינער האט נישט געהייסן ארויסגיין פון געריכט
משה חיים ווייס האט היינט געדארפט איינגעבן זיין ענטפער אויף די "דעקלערעישאן" פארלאנג, און האט היינט איינגעגעבן א פארלאנג אין געריכט אז מ'זאל עם פארלענגערן מיט צווי וואכן דעם "דעד-ליין" ביז ער וועט קענען ענטפערן.
דער ריכטער האט עם נאכגעבן און פארלענגערט דעם ענדגילטיגער "דעד-ליין" מיט נאך 10 טעג. אזא פנים טראגט משה חיים ווייס. פון איין זיינט פארקויפט ער אז ער וויל א בוררות און וויל ארויסגיין פון געריכט, ווייל מ'טאר נישט דן זיין אין ערכאות
פון צווייטן זייט האט ער איינגעגעבן א פארלאנג אז ער זאל קענען פארלענגערן דעם דאטום צו קענען ענטפערן אין געריכט.
נשלח ב-31/8/2006 20:50
די שוטה פעשי ער דארף זיך לאזן שמייסן און ער זאל גארנישט פרובירן צוטוען????? סך הכל האט ער פארלאנגט אז מען זאל עם געבן א פארלענגערונג צו קענען ענטפערן. ווי נישט ווי איז שוין דורך צוויי וואכן און ענק זענען נאך אלץ נישט ארויס פון קארט סא פארוואס זאל ער האלטן אז מארגן גייען ענק יא ארויסגיין פון קארט
ער האט זיך סך הכל באווארענט אז ער זאל נישט פארלירן זיין טשענס צוריק צוענטפערן
תוקן על ידי - אותו_חלומה - 31/08/2006 20:55:01
נשלח ב-31/8/2006 21:34
איז נאך דא א גרעסערע ציוני ווי זלמן לייב?
נשלח ב-31/8/2006 21:42
דער ביד"ץ האט נישט געהייסן ארויסגיין
אבער ענטפערן האט ער אויך נישט געטארט
נשלח ב-31/8/2006 21:52
איך ווייס באמת נישט וואס איר ווילט פון פעשי.
סך הכל האט דער בד"ץ געהייסן פאר ר' משה חיים ווייס צוריקציען אלע זיינע קלאגעס פון געריכט,
און אויפן פלאץ איבערגעבן אלע בנינים פאר די הולכים בערכאות פון ירושלים/וויליאמסבורג.
למראית עין האט דער בד"ץ אויך געהייסן אז זיי זאלן זיך כאטש מאכן ווי זיי קלויבן אויס א בורר,
אבער מער פון דעם מאן דכר שמי' ?
איינמאל זיי האבן שוין לפנים אויסגעקליבן א בורר, מעגן זיי שוין טון ככל העולה על רוחם, און
ר' משה חיים דארף זיי איבערגעבן אלעס אויף א גאלדענעם טאץ !
און איר האט נאך טענות ?!