חוץ לדרך הטבע - וואוטשערס / העדסטארד אפרוואוד.
מזל טוב פאר אלע אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר
נעכטן איז געקומען די פאזטיווע נייעס אז עס איז ב"ה געלונגען פאר דעם איבערמידליכן ענערגישן קארדאניאטאר פון מוסדות סאטומאר ר' ארי' לייב גלאנץ צו ערלעדיגן קריטיש וויכטיגע פראגראמען פאר די נייע מוסדות
1) וואטשערס (געווענליך נעמט עס א האלב יאר. דא האט עס ב"ה געונמען בלויז 1 וואך). 2) העדסטארט (געווענליך דויערט עס 3 חדשים. דא עס האט ב"ה גענומען בלויז 1 וואך).
נאך פארשידענע פראגראמען ווערן אין די טעג ערלעדיגט. טראץ אלע מסירות פון דעם נועם המידות און זיין זון יעקב בער, גייט ב"ה אלעס דורך מיט אויסערגעווענליכע הצלחה און סייעתא דשמיא וואס איז חוץ לדרך הטבע.
די הצלחה פונעם מוסד חוץ לדרך הטבע
1) נארמאל ווייסט יעדער אז אהער צו שטעלן איין (1) בילדינג דויערט עטליכע יאר (עטרת אברהם האט געדויערט 10 יאר).
דא האט מען אויפגעשטעלט און צוגערישט 6 קנאקעדיגע געביידעס צו לערנען, אינגלעך און מיידלעך גרויסע און קליינע אין א צירקע אפשניט פון 8 וואכן.
2) נארמאל ווייסט יעדער אז צו שאפן פראגראמען פאר אלע קינדער, לאנטש פראגראמען, העד סטארד, וואוטשערס, דויערט לאנגע יארן.
דא האט עס געדויערט בלויז געציילטע וואכן, עס איז טאקע זייער שווער געווען, מ'האט געארבעט מיט מסירת נפש ממש. בייטאג און ביינאכט, אבער ברוך השם אז דער באשעפער העלפט, און ס'איז דא א רצון, ס'איז דא הערצער... דעמאלט פאסירט נסים (אויך אפענע).
3) נארמאל ווייסט יעדער אז צו עפענען א מוסד דויערט צענדליגער יארן ביז מ'קומט אן צום נומער 3000 קינדער.
דא האט מען איינגעשריבן די צאל פון 3000 קינדער אין 4 וואכן. פון נוירסערי ביז די צוועלפטע קלאס. יונגלעך און מיידלעך, אלע קלאסן.
4) נארמאל ווייסט יעדער צו האבן גוטע מלמדים, גטע מנהלים, גוטע מדריכות, גוטע פרינציפעלס, גוטע וועד-החינוך דויערט יארן יארן, אויב עס געלונגט בכלל.
דא האט מען ב"ה באוויזן צו עררייכען די בעסטע מנהלים וואס איז פאראן. די בעסטע מלמדים. די עליטע פרינציפעלס, די געלונגסטע טיטשערס. יונגע ענערגישע ארבעטארער, וועלכע ארבעטן מיט הארץ, אין בלויז 8 וואכן.
5) נארמאל צו אהערשטעלן א תלמיד תורה און א מיידל שולע דארף מען שאפן 1000'ער טישן און בענקעלעך, טויזנטער DESKS פאר די פיציעלעך, וואס דויערט יארן אהערצושטעלן
דא האט עס געדויערט בלויז געציילטע וואכן. א ריזיגע פאבריק אין וויליאמסבורג האקט און שניידט און שטעלט צוזאם טישן און בענק. ריזיגע טרעילערס מיט די קינדער בענקלעך זענען פוקס פארטיג און רעדי צו זעצן דערויף די צאן קדשים.
6) געווענליך ווען אינספעקטארס ריקן זיך אן.... צו א בילדינג וואס מ'האלט אינמיטן בויען, און געבן טיקעס, דויערט וואכן ביז אלעס ווערט מסודר....
דא באקומעט מען מסירה'ס יעדע 10 מינוט. אינספעקטערס און אינוועסטיגעיטארס און ווייאלעישאנס ווערן רעפארטעד טאג טעגליך... אויף 6 בנינים וואס מען בויעט. און דער באשעפער העלפט, אז די בוי ארבעט גייט אן... טאקע שווער. טאקע מיט מסירת נפש. אבער דעם באשעפער צו לויבן און דאנקן - די מוסרים ליידן מאסיווע דורכפעלער... ווייל אלעס בויעט זיך ווייטער... לויט'ן פלאן.
7) געווענליך דויערט יארן ביז א מוסד שטעלט אויף אן אפאראט פון אלערליי קאמיטיעען פאר'ן עקזיסטענץ פונעם מוסד.
דא האט עס געדויערט בלויז געציילטע וואכן. פון א שכר לימוד קאמיטע פון 10 עסקנים. א PURCHASING קאמיטע. FUND RAISING קאמיטע. חינוך קאמיטע פאר יונגלעך און מיידלעך. חדר עזרה STAFF, פראפעשאנעלע עקספערן אויף חינוך הבנים והבנות צו געבן הדרכה פאר אלע מלמדים און אלע טיטשערס.
דאס איז אלעס צו פארדאנקען דעם בורא כל עולמים.
ווייל מיט'ן מענטשליכן שכל קען מען דאס נישט באגרייפן.
הודו לה' כי טוב
 |
|
|