בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/9/2006 04:28 לינק ישיר 

לעצטיגע אפדעיט פון מאנסי: די פארשונגען קומען פאר אונטער געהיימע טירן אבער דאך ווייסט מען אזוי, 1. דער רוסקי וואס האט געארבעט אין שבח איז נעלם געווארן תיכף יענעם צופרי, מען זוכט אים אין גרויסן 2. פינקל האט אויך זייט נעכטן געמאכט פליטה, ער איז נישט צום האבן 3. רבנים האבן פרישע אינפארמאציע וועגן דעם דיסטריביוטער פון נעסאו פראוויזשענס, זיינע מעשים זענען זייער פארדעכטיגט די רבנים האבן אויך געהערט פול עדות וואס האבען מעיד געווען וועגן דעם פינקל שר"י, שוין איבער זעקס יאר צוריק האט הרב שעהן פון לעיקוואד חושד געווען פינקל אז עפעס איז נישט כשורה ווייל ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט נישט געהאט א שארטעדזש אין צינג, ער האט גערעדט מיט הרב ברעסלויער און ער האט עס אוועק געמאכט, מענטשן קומען אויך יעצט ארויס און זאגן עדות אז פינקל פלעגט פשוט באגאנבענען קאסטומערס, למשל איין האלל האט דערציילט אז שוין לאנג צוריק האט ער געמאכט א ארדער ביי שבח, און ער האט באקומען אין ארדער ווייניגער וויפיל ער האט באשטעלט אבער די ביל איז יא געווען פארן גאנצן סכום, ער האט נאכגעקוקט די נעקסטע פאר ארדערס און געזען אז די זאך חאזערט זיך איבער, האט ער פארגעהאלטן פינקל און ער האט אים מער נישט געמאנט די דיפערענץ פונעם פאלשן סכום, יענער האט חושד געווען אז ער איז א פאפער וועם מ'קען נישט גלייבן, איז ער געגאנגען רעדן מיט הרב ברעסלויער און ער האט געדרייט מיטן פינגער אז אפילו אויב ער האט נישט קיין נאמנות אין ממונות איז ער להלכה נאך אלץ באגלייבט אין כשרות, מענטשן טענהן אויך אז פינקל ליידט אויף קלעפטאמעניע, די בעל הבית פון ג. פיש סטאר דערציילט אז ער האט אים מער ווי איינמאל געכאפט ממש גאנבענען, און ווען ער האט אים פארגעהאלטן האט ער מודה געווען אז ער ליידט פון די קרענק, יודעי דבר זאגן אז פארדעם האט הצלחה אים אליין לעצטענס נישט געלאזט אריין קומען אין סופערמארקעט, נאר זיינע ארבעטער פלעגן קעיר נעמען, טייל רבנים דרוקן יא אויס פארדרוס אויף הרב ברעסלויער, הגם ער איז א ערליכער איד, אבער מיט זיין גראדע יעקישקייט איז אויסגעקומען אזא שרעקליכער מכשול, און ווי איינער האט זיך אויסגעדרוקט אז "כל ת"ח שאין בו דעת נבלה טובה הימנו", גאנץ אנפאנג ווען די מעשה האט זיך אנגעהויבן האבן די רעאקציע פוןרב ברעסלויער און הרב זימערמאן שיעור נישט גורם געווען מען זאל מיינען אז עס איז עפעס א בלוט בלבול פון חסידים, עס איז געווען צופיל פראגע צייכענס אויף דעם פינקל און אין אזא צייט איז א חוב אויפן בעל המכשיר מער נאכגיין די זאך, הרב שנעעבאלג האט מעורר געווען, אז וואלטן ווען היינטיגע בעל הביתטעס געוויסט וויאזוי א כשר'ע טשיקען דארף אויסזען, וואלט מען גראד באמערקט אז שבח'ס טשיקענס איז טריפה ווייל ס'איז געווען clean shaved אן קיין שום פעדערן וואס איז כמעט נישט מעגליך ביי כשר'ע טשיקען, פון אקאונטינג וואס מען האט נאכגעפארשט שטעלט זיך ארויס אז אין 2005 האט שבח פארקויפט פלייש אין ווערט פון איבער 500 אלפים, אבער מען האט נאר א קלארע חשבון (bills invoices) אויף בערך 230 טויזענט $$ די אויספארשונג גייט אן אין גרויסן צוזאמען מיט די סטעיט אינוועסטיגעשאן, מענטשן קענען נישט צו זיך קומען פונעם שרעקליכען חורבן, מען ווייסט נישטאמאל וויאזוי מען קען תשובה טון אויף אכילת נבילות וטריפות, שומו שמים!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2006 05:51 לינק ישיר 

נישט פארגעסן צו כשר'ן אויכעט די פסח'דיגע כלים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2006 06:50 לינק ישיר 

פישפקלדייין

"מענטשן קומען אויך יעצט ארויס און זאגן עדות אז פינקל פלעגט פשוט באגאנבענען קאסטומערס, למשל
איין האלל האט דערציילט אז שוין לאנג צוריק האט ער געמאכט א ארדער ביי שבח, און ער האט
באקומען אין ארדער ווייניגער וויפיל ער האט באשטעלט אבער די ביל איז יא געווען פארן גאנצן
סכום, ער האט נאכגעקוקט די נעקסטע פאר ארדערס און געזען אז די זאך חאזערט זיך איבער, האט ער
פארגעהאלטן פינקל און ער האט אים מער נישט געמאנט די דיפערענץ פונעם פאלשן סכום, יענער האט
חושד געווען אז ער איז א פאפער וועם מ'קען נישט גלייבן, איז ער געגאנגען רעדן מיט הרב
ברעסלויער און ער האט געדרייט מיטן פינגער אז אפילו אויב ער האט נישט קיין נאמנות אין ממונות
איז ער להלכה נאך אלץ באגלייבט אין כשרות, "

הרב נתן קאמינעצקי זאגט נאך אין נאמן פון זיין הייליקן פאטער ר' יעקב אז דאס איז נאר ביי חסידים אבער ביי ליטאים אויב איז ער נחשד אויף ממונות איז ער חשוד אויף כשרות אויך.... ודוק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2006 16:44 לינק ישיר 

אזוי האט זייןן "הייליקע" פאטער געזאגט?

ס'שמעקט פון אנטעסעמיטיזם................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2006 19:35 לינק ישיר 

פישפיק
דער באריכט דיינער שטימט מיט וואס מען שמועסט
אדרבה די אפדעיטן וואס די קענסט

איינער האט געפרעגט צו דער בעל מכשיר איז שולדיג
איך גיי נישט מאכן קיין מסקנות אבער דער ענטפער איז
ער האט שוין באקומען במשך די לעצטע 8 יאר אסאך RED FLAG'S אז עפעס טויג נישט
און ער האט עס פארנאכלעסיגט

אמת אז איבעראל מוז מען אנקומען אויפן חזקת כשרות פונעם סוחר
אבער דאס איז נאר ווילאנג מען האלט א עינא פקיחה
און ווען מען שמעקט עפעס, קערט מען שוין איבער דעם סטאר
אבער אז דער סוחר זעהט אז חכמתו וחזקתו מתקיימת און מען ווישט אפ זייער גרינג א רויטן צייכן
און לעשט אויס א רויטן לעמפל מה יעשה הבן שלא יחטא
אויף אזא השגחה העלפט נישט קיין חזקת כשרות
ובפרט אז ער איז געווען דער איינציגער איד און סטאר
האט ער נישט מורא צו טוען וואס ער וויל רח"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2006 20:36 לינק ישיר 

רבותי אין די ליכט פון די פאסירונג איז געקומען די צייט זיך אפצושטעלן אן טראכטן.

ווי אזוי קוקט אויס כשרות אין אמעריקא? וואס געבן מיר פאר אונז, אונזערע קינדער, אונזערע שטובער? מיט וואס איז מען אונז מפטם? אויף וועמען פארלאזט מען זיך? איז א רב גענוג א תירוץ אויף יענע וועלט? דארף מען אליינ'ס נאכזוכן און פארשן אויף יעדע זאך וואס מ'נעמט אריין אין שטוב?

די געשעהניש האט געצייגט אלעמען אז:
1. א הכשר פון א חשוב'ער רב און אן ערליכער בעל הבית, קען זיין נבילה ממש.
2. א פלאץ וואס איז נישט דא א משגיח תמידי, איז נישט מעגליך אז קיין פראבלעמן זאלן נישט פארקומען.
3. מיר עסן פון גוטע הכשרים, בו בזמן ווייסן מיר נישט אויב די פראדוקט איז אויסגעהאלטן אין כשרות.
4. די סיסטעם פון כשרות אין אמעריקא איז טיף טייער אין דער ערד.

רבותי לא עת לחשות, מ'דארף איבערקערן די וועלט, מ'דארף אויפרודערן אמעריקא, מ'דארף בויקאוטן אלע הכשרים וואס שטעלן נישט צו פארן ציבור וואס עס פארלאנגט זיך, ווי למשל משגיחים תמידיים אין בוטשערס רעסטוראנט'ס וכו', זיך נישט פארלאזן אויף קיין אנדערע הכשרים ווען די הכשר איז פון אן אנדערן, לדוגמא התאחדות הרבנים זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיין OU משגיחים אויף זאכן וואס זיי געבן הכשרים, בעלי מכשירים פון גראסעריס זאלן ארויפלייגן זייער הכשר אויף די געפאקטע טשאקלאדן וכדו', און נישט שרייבן דארט CRC אדער אן אנדערע הכשר וואס געט די הכשר אויף די גרויסע פעקל וואס קומט אן אין גראסערי פון וואס מ'צוטיילט דאס אין די קענ'ס, 'אויב' וויל איך מיר פארלאזן אויף CRC און נישט אויפ'ן בעל המכשיר פון די גראסערי, זאל איך נישט נכשל ווערן אין עסן זאכן וואס דער בעל המכשיר ברוב גאונותו האט אויפגעטוהן אז מ'קען לייגן פון אנדערע הכשרים אונטער די נאמען פון CRC וכדו'.

ס'איז נישט קיין סוד, אז התאחדות הרבנים איז פון די שוואכסטע הכשרים אין אמעריקא, וואלאווע אין נירבאטור פאקן זיי איין אויב נישט הונדערט מאל איז טויזנט מאל, א הכשר פון זיי איז קראנט, פון התאחדות קומט נישט קיין משגיח אריבער פון איין יאר צום צווייטן אויסער אויפצופיקן די טשעק - אויב שיקט דאס נישט די קאמפאני אויף פָּאסט צו התאחדות, וואס פאר א ליצנות מאכן זיין פון אונז?! זענען מיר פאטריקאנער? זיי הייסן די בעסטע הכשר, און זיי נעמן אויף דעם אדווענטיטש, און זיי מיט זייער מזכיר טוען כל מה שלבם חפץ, מיר וועלן עס נישט פארשווייגן, איך אין שטוב האב ארויסגעווארפן יעדע זאך וואס האט נאר התאחדות, זאכן וואס איך פיל מיר גענוג רואיג זיך פארלאזן אויף OU ווי למשל טונא, און התאחדות לייגט אויך זייער מאש, האב איך געלאזט, רבותי, אויב התאחדות וועט רואיג אנגיין, און פארמאכן די מויל פונעם ציבור מיט אן אסיפה נעקסטע וואך, וועלן מיר עסן ווייטער טריפה און נבילה, ביז מ'וועט כאפן נאך א בוטשער ל"ע און מ'וועט יעמאלט דארפן כשר'ן וכו' וכו'.

דאס איז זיכער אויב וואלט התאחדות זיך נישט פארלאזט אויף נאמנות פון א בעלהבית, -וואס אגב דער עולם איז מורא'דיג פארמישט מיט דעם ענין, אמאל האט מען געגעבן א הכשר נאר פאר בעלי בתים וואס האבן א נאמנות, און אויב נישט האט מען בכלל נישט געטראסט צו געבן א הכשר, אבער דאס איז זיכער אז אויף א בעל הבית קען מען זיך נישט פארלאזן, די הארץ רייסט די אויגן זענען נאס אויף די בהמה'שקייט פון די רבנים, זיי האבן באקומען עפעס א נאמנות אויף די בעלי בתים-ווייל אזוי האט מען זיך געפירט, און אויף דעם גייט ארויף די מאש מיט'ן פולן פראכט, אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה- וואלט'ן ווען די אנדערע רבנים אפילו די נישט חסידי'שע מער קער גענומען פון די הכשרים, זיי וואלטן זיך צוגעשטעלט צו די בעסערע הכשרים, ווער וויל דען אז זיין הכשר זאל הייסן שוואך? נאר וואס דען, בושנו ונכלמנו, הרב ברעסלויער'ס הכשר איז גארנישט שוואכער פון די הכשר פון התאחדות הרבנים וואס פירן ערליכע פרומע רבנים מיט ווייסע/שווארצע זאקן, איז פארוואס זאל ער צושטעלן א משגיח תמידי, בו בזמן דער גאנצער ציבור עסט ערליך פון התאחדות הרבנים וואס קוים א משגיח לא תמידי קומט אמאל אין געשעפט אריין?

רבותי איצט איז די צייט, יעדער זאל אנפאנגן נאכפרעגן און נאכגיין הכשרים, אן ערליכער רב, א פרומער, מוז נישט זיין אז ער קען זיין א בעל מכשיר, א בעל מכשיר מוז זיין א כיטערער, צו קענען כאפן א שווינדל פונעם בעל הבית, הויבט אן עסן פון בעלי מכשירים אויף וועמען איר וואלט זיך פארלאזט מיט א $1000.00 דאלער פאר א צוויי-דריי טאג, און ער וואלט דאס טאקע אפגעגעבן. א בעל מכשיר דארף זיין שטארק און נישט קיין געפאלענער, אז ווען ער טרעפט א פראבלעם זאל ער האבן שטארקייט דאס צו פארעכטן, און נישט נתפעל ווערן פון די אויגן וואס דער בעל הבית שטעלט אן מיט א דראונג אז דער טשעק וועט נישט אנקומען, אפשר אזוי וועלן די גרויסע רבנים פון התאחדות נעמען די זאך אין די האנט אריין.

ליידער קען מען זאגן אז די איינציגסטע זאכן וואס האבן א גוטן הכשר פון התאחדות, איז די וואלעווע און נירבאטור, וואס אויב ביי זיי וואלט געווען עפעס א הזנחה, וואלטן די התאחדות ארויסגעקומען בחרב וחנית מיט א קול קורא באקלעפט אין אלע גאסן.

מיר דארפן אריינגיין אין אלע רעסטוראנטן, קוקען די השגחה, אנרופן דעם משגיח, איך בין א רעסטוראנט, איר געט דא די השגחה? ווען זענט איר דא געווען די לעצטע מאל? וואסערע פלייש/מילך/טשיז/ראלס נוצט מען דא? איר זענט דא ווען עס קומט אן די פראדוקטן? וואסערע לעטעס נוצט מען? ווער באקוקט די ווערים? די גוים/טעס אדער דער משגיח? ווער איז דער ריכטיגער בעל הבית דא, איר אדער דער בעל הבית פון די רעסטוראנט? האט איר מורא פון איהם, אדער ער פון אייך? און אז ער וועט אונז אנקוקען ווי פון די לבנה אראפ, זאגט איהם קליפ און קלאר אייער הכשר וועט ווערן פארשפרייט אלץ א שוואכע הכשר, אדער נעמט איר דאס אין די האנט אריין, אדער נעמן מיר דאס אין האנט אריין. די זעלבע מיט די בעקערייען, ווער צינדט אן די אויבן, די גויטע'ס אדער דער משגיח? ווער באקוקט די מעל/אייער? פאפט איר אריין אומגעראכט פון צייט צו צייט? ווילאנג נעמט דאס פון איינמאל צו די צווייטע? קיין איין בעל מכשיר זוכט זיך נישט קיין צרות, מיר באצאלערס פאר די עסן, וואס מיר צאלן מער ווייל די הכשר קאסט געלט, זענען בארעכטיגט צו וויסן אויף וואס מיר באצאלן טייערער פאר א שטיק פלייש ווי מ'זאל דאס קויפן אין א רעסטוראנט פון OU אין מאנהעטן, למה לא תהא כהנת כפונדקית?

יא מיר וועלן טעראריזירן אלע בעלי בתים און בעלי מכשירים, ביז ווילאנג אונזער געוויסן וועט זיין רואיג, אז דאס וואס מיר נעמן אין מויל אריין איז כשר מהדרין למהדרין.

רבותי אן קאפעראציע פונעם ציבור, וועלן מיר צו גארנישט אנקומען, יא! מיר קענען און 'דארפן' ברענגן א תיקון אין די סיסטעם פון קארופטירטע הכשרים, אנשטאט ווארפן פאשקעווילן אויף די מעשה וואס איז שוין אווער, זאל מען פון היינט און ווייטער ווארפן פאשקעווילן אויף די בעלי מכשירים וואס זענען מזניח די השגחות, מיר דארפן נישט אזויפיל נאש אויב איז דא חששות אין די פראדוקטן, און אויב איז די הארבע חששות אין פראדוקטן, און דאך געט דער בעל מכשיר א הכשר, זאל ער דאס מפרסם זיין אין די גאנצע וועלט, מיר ווילן זיך נישט מפטם זיין מיט מאכלות אסורות, וואס די השלכות פון דעם איז נישט צו פארמיידן.

איך האף אז דער עולם איז מסכים צו וואס איך שרייב דא, און מ'וועט מיט שטיין, אדרבה אויב האט איר אן הערה, לאמיר דאס אויסשמועסן דא, און פון דא וועט ארויסגיין די אלע נעמען פון די בעלי מכשירים - רעסטוראנטן - בעקערייען - גראסעריס וואס טויגן נישט וכו'.

תוקן על ידי - התאחדות - 08/09/2006 20:37:57



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2006 20:51 לינק ישיר 

אינטערעסאנט, אז התאחדות אטאקירט אזוי התאחדות... ביסט גערעכט אז ממוז מאכן א מהפיכה אינעם ענין פון כשרות, אבער פארוואס האסטו אנגעכאפט דוקא התאחדות, איז דען וואלאווע און נירבאטור יא טויזנט פראצענט? און וואס איז מיט טארטיקוב, מכון להוראה, דעברעצין, ווייסמאנדל, וויינבערגער, גרובער, ציננער, בערגער, האראוויץ, ראטה, אונגאר, אודווארי, יאקע, וכו' וכו' דער חורבן פונעם סיסטעם איז סאך טיפער ווי די מיינסט. איין מענטש קען איך וואס שלאפט זייער רואיג היינטיגע צייטן, הרה"ג ר' חיים לייב כ"ץ שליט"א, ווער עס קען אים פארשטייט וואס איך מיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2006 21:08 לינק ישיר 

זיידי

אינטערעסאנט, אז התאחדות אטאקירט אזוי התאחדות...  דאס איז דאך ליידער דער פראבלעם מיט התאחדות, זיי קענען ארויסגעבן א בריוו אויף זיי אליין, אבי ס'זאל זיין שטיל

ביסט גערעכט אז ממוז מאכן א מהפיכה אינעם ענין פון כשרות, אבער פארוואס האסטו אנגעכאפט דוקא התאחדות, איז דען וואלאווע און נירבאטור יא טויזנט פראצענט?

און וואס איז מיט טארטיקוב, מכון להוראה, דעברעצין, ווייסמאנדל, וויינבערגער, גרובער, ציננער, בערגער, האראוויץ, ראטה, אונגאר, אודווארי, יאקע, וכו' וכו'

איך האב אנגעכאפט התאחדות, ווייל זיי הייסן דאך די בעסטע, און אויב וואלטן זיי געמאכט דראסטישע שינויים וואלט די גאנצע כשרות אינדוסטרי זיך געטוישט פון די אלע וואס דו רעכנסט אויס איצט לאמיר גיין איינ'ס ביי איינס לפי מיין אינפארמאציע, איך טוה שוין אין דעם פאר אפאר חדשים איך וועל אבער געבן סימנים, כ' מיינט אז לפי ידיעתי זענען זיי ערענסטע שטרענגע שטארקע בעלי מכשירים, ל מיינט אז לפי ידיעתי האבן זיי נישט איינע פון די אלע דריי זאכן, ? מיינט אז איך ווייס בכלל נישט, אויב לייג איך א ל/כ-? מיינט נישט זיכער אז נישט/יא, אבער ביז איצט קוקט אויס אז נישט/יא, ?-ל/כ מיינט איך ווייס זייער נישט קלאר, אבער פון די געוויסע סארסעס וואס איך פרעג זיך נאך, זיי זאגן אז ס'קוקט אויס נישט/יא גוט, אבער נישט אויף מיין אחריות:
1. וואלאווע: כ
2. נירבאטור: כ
3. טארטיקוב: ?
4. מכון להוראה: ל
5. דעברעצין: כ-?
6. ווייסמאנדל: ל-?
7. וויינבערגער: ?
8. גרובער: ?-ל
9. ציננער: ?
10. בערגער: ?-כ
11. האראוויץ: ?
12. ראטה: ל-?
13. אונגאר: ?-כ
14. אודווארי: ?-כ
15. יאקע: ל-?

דער חורבן פונעם סיסטעם איז סאך טיפער ווי די מיינסט.
שרייב מער פרטים וואס דו מיינסט, איך ווייס זייער אסאך, כאב אפשר געשריבן א הונדערסטעל פון וואס איך ווייס.

איין מענטש קען איך וואס שלאפט זייער רואיג היינטיגע צייטן, הרה"ג ר' חיים לייב כ"ץ שליט"א, ווער עס קען אים פארשטייט וואס איך מיין. גערעכט גערעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2006 21:37 לינק ישיר 

ווער איז חיים לייב כץ?

אגב ווי איז מאגרוב רב? (דאכט זיך מיר הייסט ער אויך כץ?) ער שרייט שוין לאנג אויף דעם




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2006 21:48 לינק ישיר 

הרה"ג רבי חיים יודא כ"ץ איז דער סערדאהעליר רב אין בארא פארק

וואס איז דיין שאלה איבער דעם מאגרוב'ער? ער איז מסתמא אינדערהיים, (דזשאוסט קידינג) ליידער האט ער ביז היינט געטאפט א וואנט, מענטשן זענען געווען רואיג, אז מסתמא איז אלעס גוט, אבער איצט האט דאך יעדער געזעהן וואס עס פאסירט, סאו האופפאלי וועט זיך דער ציבור אויפוועקן, און נאר אזוי וועט מען האבן הצלחה אז מיר זאלן האבן כשר'ס אין שטוב.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2006 21:57 לינק ישיר 



יעדער פארשטייט קלאר אז מ'דארף אויפרודערן די וועלט פון הכשירים נאך אזא גרויסן מכשול
,אבער דאס וואס דו עצה'סט אז מיר דארפן דאס נעמען אין דער האנט אריין און פרעגן די צענדליגער קשיות פוון די געשעפטן, גראסעריס רעסטוראנטן וכו' , איז קודם כל וויל איך וויסן צי איך בין מחויב דאס צו טון, קען זיין אז יא, אבער איך דארף א מקור. איז דאס דען נישט די אויפגאבע פונעם בעל מכשיר , פוןנעם משגיח  און פונעם רב צו אבבאכט געבן דערויף. עס איז דאך אין לדבר סוף אויב יעדער דארף מאכן אייגענע חקירות ודרישות.

אויסער דעם האב איך מורא אז ביי די איצטיגע מעשה וואלט מען קיין סאך נישט אויפגעטון מיט די אלע קשיות. דער פ ינקל האט געהאט גרייט א פאק מיט תירוצים אויף יעדע זאך, ווי מענטשן זאגן און האט אלעס כיטרע אויסבאהאלטן. אן איש זדון איז שווער צו פאקן.
אויסערדעם וועט דאס אין פאקט נישט געשען, ווייל קיינער גייט נינישט אנהויבן מאכן אן אויספארשונג ווען מ'וועט אריינגיין אין געשעפט, סיי מחמת בושה און סיי מחמת מאנגל אין נערוון, ביים היינטיגן דור, און ס'איז א גרויסע ספק מיט וואס מ'וועט ארויסקריכן נאך די אלע קשיות.
דעריבער דארפן די רבנים ומכשירים זיך זארגן, ווייל זיי קענען דעם פעלד, זיי ווייסן - ווען זיי  ווילן- וואס צו פרעגן, זיי ווייסן ווי די לעכער קענען זיין, זיי קענען דעם סיסטעם, דעריבער וואלט איך דאס געלאזט פאר זיי, מיר קענען סייווי נישט קיין סאך אויפטון, . דער לעזונג איז אויסשליסלעך ביי די מכשירים אין דער האנט און דאס ביסטו גערעכט אז אויף זיי דארף מען לייגן דרוק.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2006 22:09 לינק ישיר 

אזוי ווי דו זעהסט האב איך בעיקר געטענה'ט אז מ'זאל לייגן דרוק אויף די בעלי מכשירים, פארשטייט זיך בעלי מכשירים וואס דרייען זיך ארויס כלאחר יד, זאל מען טאקע בויקאטן זיין הכשר, מיר אידן נאמנים לה' ולתורתו, וועלן זיך נעמן קוראזש און פארפירן און איבערדרייען ביז ווילאנג עס וועט ווערן סדר אין שטאט.

דו דארפסט א מקור אז מ'דארף דאס טוהן? אז דו ברענגסט מיר א מקור אז מ'דארף עסן כשר'ס וועל איך דאס נוצן פאר א מקור אז מ'דארף איבערדרייען, פארשטייט זיך אז מענטשן וואס זענען נישט ביכולת, דארפן נישט, אבער אזויפיל קען מען יא, אז די אלע וואס וועלן ווערן אויפגעדעקט זייער פרצוף ברבים, זאל מען פון זייער הכשר נישט קויפן, און אין א רעסטוראנט וואס שטייט אונטערן הכשר נישט קויפן, און אפרעדן חבירים ברודער זאלן דארט נישט אריינטרעטן ביז ווילאנג עס וועט זיך פארבעסערן אויף טויזנט פראצענט.

איך זעה און איך שטעל זיך פאר אז אסאך ליינען מיין תגובה און זיי טראכטן נע וואס קען מען אויפטוהן, אויף דעם וויל איך אייך בעטן, די מחשבה מאכט חרוב די מערכה, יעדער זאל טוהן כל מה שביכלתו, יעדער וויל דאך אז עס זאל ווערן א דראסטישע שינוי, רבותי נאר מיר קענען דאס נעמען אין די הענט אריין, און מיר וועלן בעזרת השם מצליח זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2006 00:42 לינק ישיר 



אוי וועה איז מיר.

שמועות דרייען זיך ארום אז די קלויזנבורגער זאלן אין וויליאמסבורג, בעדפארד פאראדייס" מיט  "אימפעריעל" פלעגן נעמען ביי שבח פלייש.

וויפיל מאל איז מיר אויסגעקומען צו עסן ביי שמחות אין די זאלן, דערביי ווערנדיג נכשל אומווילנדיג. הלואי און די שמועות זענען נישט אמת. אדרבה אויב איינער ווייסט מער קראנטע אינפארמאציע, ביטע קאמענטירן.

עס זאל הייסן אז דער עוכר ישראל פינקל שר"י האט אויסגעשפרייט זיין טומאה בכל קצוי תבל ממש, מי יודע וואו נאך. ה"י

תכלה שנה וקללותיה.

תוקן על ידי - מלוה_מלכה - 09/09/2006 0:44:46



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2006 13:23 לינק ישיר 

די ליסטע פון הכשרים איז זייער אומריכטיג און איז סתם נישט אקוראט.
ווער האט דא אפגעמאכט וואס איז יא גוט און וואס נישט? געב סיבות דערצו.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2006 22:58 לינק ישיר 

איך ווייס ווער חיים לייב כץ איז איך פרעג נאר וואס מיינט אז ער שלאפט זייער רואיג יעצט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.