בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/9/2006 23:04 לינק ישיר 

יישר כח התאחדות פאר דיין ווארימע דרשה. עס איז ריכטיגע דברים יוצאים מן הלב. פאר די וואס פרעגן הלמאי התאחדות שרייבט אזוי אנטקעגן "התאחדות", איז דער תירוץ אז טאקע היינו טעמא, וויבאלד ער איז אין די "התאחדות", ווייסט ער דאך אביסל וואס דארט גייט פאר.

האמת ניתן להאמר, אז ליידער איז ער גערעכט, איך האב שוין מערערע פלעצער מיטגעהאלטן וואס האבן א הכשר פון התאחדות, און ממש מען קומט קיינמאל נישט אראפ, נאר אפשר איינמאל א יאר, און דאס אויך נאר אויפצופיקן דעם טשעק פארן לאזן נוצן זייער הכשר זיגל... פון אן אנדערן קראנטן מקור האב איך געהערט פון א קרוב אז ער האט אמאל געארבעט אויף א פלאץ וואו התאחדות גיט א הכשר, און אונטערן טיש פלעגט מען נוצן אנדערע זאכן, הגם כשר, אבער נישט אויף די סטאנדארט וואס התאחדות פארלאנגט. און זיי פלעגן האבן א שומר הפתח וואס אויב א משגיח איז געקומען האט מען אלעס תיכף באהאלטן. די קאמפאני איז פון די אויסגערופענסטע כשר'ע קאמפאניס היינט. איך וועל נישט דא מזכיר בשמם זיין. אוי לדור שכך עלתה בימיו! אז זיי פירן די הכשרים און זיי זענען די התאחדות הרבנים... זיי רופן צוזאם אן אסיפה? זיי דארף מען צוזאמענרופן און אביסל אויפשאקלען!

------------------------------

לעצטע וואך איז געווען א ריזן אסיפה אין סאטמאר ביהמ"ד מאנסי. אן אזוי-גערופענעם "עצרת". די רבנים האבן בקול בוכים מעורר געווען אויף די שרעקליכע תקלה און בושה וואס האט באטראפן דעם עיר כלילת יופי מאנסי יצ"ו. דער ריזיגער ביהמ"ד איז געווען געשטאפט מן הקצה אל הקצה. נישט געווען אפילו קיין פלאץ צו שטיין, טראץ דעם וואס מען האט געעפנט דעם גרויסארטיגן חדר הלימוד. קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן אזא געוואלדיגע מעמד. חוץ די מענטשן וואס זענען נעבעך געשטאנען אין די רייע צו כשר'ן זייערע כלים האבן נישט געקענט קומען.

קודם האט הר"ר משה גרין שליט"א גערעדט, און מעורר געווען בעניני תשובה, און אז דער עולם זאל מער נזהר זיין וואס מען נעמט אין מויל אריין. דערנאך האט גערעדט דער רב הקהלה הר"ר חיים יושע האלבערשטאם שליט"א, וואס האט ארומגערעדט א געוואלדיגע דרשה, און צוגעגליכן דעם מצב צו אן אנדערע תקלה פון א מקוה וואס איז פארגעקומען במשך 14 (!) יאר, אין די צייטן פון זיין זיידן דער דברי חיים ז"ל, עס ווערט צוגעברענגט אין שו"ת דברי חיים. ער שרייבט דארט אז הגם דער עולם איז נישט מער ווי אונסין וואס האט זיך געפירט עפ"י הוראת הרב, אעפ"כ איז מען מחוייב צו האבן א כפרה.

נאכן גיסן זאלץ אויף די וואונדן מצד אחד, האט ער מחזק געווען דעם עולם אז באמת מצד שני דארף מען יעצט זיין בשמחה, אז כאטש פון היינט און ווייטער וועט מען נזהר זיין, מה דהוה הוה ומכאן ואילך חושבנא. ער האט געזאגט, אז עס איז א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אז מען האט דאס אויסגעפינען איצט, ווייל נאך 3 חדשים האט דער ליעס צווישן הצלחה גראסערי מיט שבח פלייש געזאלט אפלויפן, און דער עוכר ישראל וואלט געגאנגען ערגעץ אנדערש, און מיר אידן וואלטן קיינמאל נישט אויסגעפינען וואס דא איז פארגעגאנגען, און קיינער וואלט נישט געוואוסט צו כשר'ן די כלים, און מקבל זיין א תשובה, און נזהר זיין פון היינט און ווייטער. ממילא איז חסדי ה' אז עס איז נתגלה געווארן באצייטנס, אזוי כאטשיג ווייסן מיר וואס מיר האבן צו טון מהיום והלאה.

ער האט אנגעהאנגען די זכות פארוואס מ'איז ממש אצינד געוואר געווארן דערפון, אין דעם אז לעצטנס האבן זיך אלע מוסדות צוזאמענגענומען אויסצוראטן דעם אינטערנעט פון היימישע שטובער, וואס איז אויך א זאך וואס איז מטמטם דעם הארץ פון א איד, הגם מ'האט אלעמאל זיך געשטעלט דערויף, איז אלץ געווען אסאך מסרבים, אבער איצט האבן אלע מנהלי המוסדות בלי יוצא מן הכלל זיך צוזאמענגענומען בכל התוקף, און טאקע די וואך ביי די רעגיסטראציע האט מען געמוזט חתמ'ענען דערויף, און ווי דער ווינער דיין הרב פישער שליט"א האט שפעטער ארויסגעברענגט, אז מ'האלט אין איין קלאפן אויף די טיר פאר אן "אישור" פון א רב צו מעגן האלטן א קאמפיוטער אינדערהיים לצורך, און נאר מיט א היתר לאזט מען אריין אין די מוסדות. האט השי"ת געהאלפן אין די זעלבע וואך איז נתגלה קלונו געווארן פון דעם שבח פלייש.

דערנאך האט ער מעורר געווען פארשידענע ענינים מענין לענין באותו ענין. למשל אז אידן טרינקען קאווע מיט מילך אין גאז סטעישאנס, ווי ס'איז פאראן א שאלה פון חלב עכו"ם. ער האט אויך ארומגערעדט פון מאכן אן ערליכע ברכה, דאן קען מען האבן סייעתא דשמיא נישט אדורכצופאלן מיט א דבר שאינו כשר ח"ו. און מ'זאל מחנך זיין די קינדער צו זאגן יעדן טאג די מאה ברכות מיט כוונה, און מיר זאלן זיך מתבונן זיין הונדערט מאל א טאג אז מיר דארפון אנקומען צום בורא כל עולמים.

אלס רב הקהלה, האט ער געזאגט פאר זיינע מענטשן, אז מ'זאל זיך מקבל זיין צו פאסטן א' סליחות, אלע מענטשן 18 יאר און העכער. פרויען און מענטשן וואס האבן נישט קיין כח דערצו זאלן זיך אויסלייזן מיט געלט. מ'פאסט דאך ממילא א האלבן טאג – האט דער רב שליט"א באטאנט – טא זאל מען שוין אויסציען ביז פארנאכט. באמת וואלט מען געדארפט פאסטן כמנין נבל"ה, אזוי ווערט געברענגט, אבער אין אונזער שוואכן דור זאל מען כאטשיג דאס טאן.

דערנאך האט גערעדט הרה"ג ר' חיים שרגא פייוול שנעעבאלג שליט"א, א אנגעזעעהנער און באליבטער דיין אין מאנסי, ורב דקהל אברכים במאנסי יצ"ו. ער האט ארויסגעברענגט אין זיין דרשה פארוואס עפעס האט פונקט אין מאנסי געמוזט פאסירן דער שרעקליכער מכשול. האט ער מבאר געווען דעם שפל המצב אין וואס מאנסי איז לעצטנס אריינגעפאלן בענינים שונים, אמאל האט מען געוואוסט אז מאנסי איז א שטילע אפגעזונדערטע שטאט, די כוליגאנעס און פראסטע מענטשן האבן נישט געהאט וואס צו זוכן דא. מענטשן פלעגן קומען פון דער שטאט קיין מאנסי כדי זיך פורש צו זיין פון די גשמיות אין וואס מ'איז איינגעטונקען. ישיבת כרכים קשה.

היינט ליידער האבן זיך געעפנט רעסטוראנטן ווי שוואמען נאכן רעגן, און אלע ליידיגגייער זיצן דארטן אפ, דער הכשר איז א באזונדערע פראבלעם, אבער לו יהא אז דער הכשר איז יא בסדר, וואס דארף זיך אלץ א איד אנזעהן ביז ער קומט אן צו קויפן/באצאלן א פארציע? ראיות אסורות ממש! בכלל איז א רעסטוראנט נישט קיין איידעלע זאך, אבער אין די היינטיגע באקוועמע וועלט קוקט מען נישט אויף גארנישט. מ'גייט מיט די משפחה אין א רעסטוראנט און מ'עסט אפ א נאכטמאל. ס'קומט מוצש"ק, און מ'האלט שוין נישט אויס פון די קדושת השבת... מ'לויפט קויפן הייסע בייגלס... א מין פרעסעריי! האט זיך דער רב אפגערעדט.. ער האט אויך מעורר געווען אויף געוויסע געשעפטן וואס פארקויפן מלבושים נישט צניעות'דיג, וואס איז אויך אימפארטירט פון בארא פארק קיין מאנסי!

דער גאנצער ציטער פאר כשר'ע עסן האט זיך אפגעשטעלט אין אמעריקע. ווי אזוי קוקט היינט אויס א פסח ביי אסאך שטובער? מ'עסט פון אלעם וואס האט נאר א הכשר, בו בזמן וואס ביי אונזערע עלטערן האט מען גארנישט געגעסן נאר דאס ביסעלע מצה, פלייש, אייער און קארטאפל! מ'האט נעבעך רחמנות אויף די קינדער! ער האט פארציילט עטליכע דוגמאות ווי שטארק מ'דארף זיין נזהר פסח (א מעשה מיט עפל דזשוס).

און אין גראסערי די זעלבע מעשה. מ'קוקט נישט ווער דער בעל מכשיר איז, און וואס די זאך איז, יא אדער נישט איבערגעפאקט. אויב האט עס נאר עטליכע אידישע אותיות גייט עס גלייך אריין אין וועגעלע. און אלעס כדי מזכה צו זיין אונזערע קינדער יעדע וואך שבת מיט אן אנדער סארט נאש, און זיכער מאכן אז זיי באקומען טאקע מכל המינים, לקיים מה שנאמר בשר ודגים "וכל מטעמים" – "לא תחסר כל בו" – אכול משמנים שתה ממתקים, וכדומה.

ער האט געבעטן מען זאל איינפלאנצן אין די קינדער א שטאלץ אז מ'עסט נישט מכל הבא ליד, נאר מען דארף חוקר ודורש זיין. ער האט פארציילט בשם א אינגערמאן, אז זיין קינד האט זיך איין טאג אנגערופן אין חדר אז זיי עסן נישט א געוויסע הכשר, און די אנדערע קינדער האבן אים אויסגעלאכט. הזאת נעמי? דאס לערנען מיר אונזערע קינדער? פונקט פארקערט, מיר דארפן לערנען אז אלע קינדער זאלן אזוי זיין!

אויך האט ער שטארק אנגעזאגט אז מען זאל מער נישט עסן פון קיין שום זאך וואס איז איבערגעפאקט! חק ולא יעבור! נישט נאר פלייש, נאר אויך צוקערלעך, טשאקאלאדלעך, ניסלעך, געטרוקענטע פרוכט, א.א.וו. אגב, הרב ווייסמאנדל וואס פלעגט געבן די הכשר אויף א געוויסע גראסערי אין מאנסי וואס פאקט איבער פראדוקטן, האט געהאנגען צעטלעך אז לאור דעם התעוררות וואס אידן ווילן מער נישט עסן די איבערגעפאקטע זאכן, וועט ער מסלק זיין דעם הכשר!

דערנאך האט הרב שנעעבאלג שליט"א איבערגעגעבן אז די רבנים פלאנען אלע ארויסצוגעבן א רוף צו מאכן יום א' דסליחות פאר א יום צום ותפלה, מ'זאל אויסזאגן גאנץ תהלים און פאסטן אלע העכער 18 יאר. אויך א תשובה פרטי, אז יעדער פאר זיך זאל זיך איינהאלטן א שטיק צייט נישט עסן עפעס א מאכל וואס איז אים שטארק חביב. צב"ש א געוויסע אייזקרעים אדער טשאקאלאדע, זאל מען זיך מונע זיין פון דאס צו עסן לכה"פ א קורצע צייט פון עטליכע וואכן.

דערנאך האט גערעדט דער ווינער דיין הרב פישער שליט"א, וועלכער האט אויך ארומגערעדט און מבאר געווען דעם חוב אויף אונז בשעה זו. ער האט נישט געוואלט מאריך זיין ווייל עס איז געווען שפעט, און דער עולם איז געזעסן 11 אזייגער נאך פאר מעריב.

עס איז געווען א געוואלידעגר מעמד קידוש השם, א מעמד תשובה דרבים וואס איז ממש כתשובה מאהבה, און א מעמד התחזקות. אינדרויסן זענען געשטאנען אינגעלייט עסקנים און געבעטן פאר חתימות אז מהיום והלאה זאל זיין שטרענגע הכשרים מיט תיקונים אין דעם ענין. יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל האט גע'חתמ'עט לאור דעם התעוררות פון דעם שרעקליכן מכשול.

זאל השי"ת העלפן אין זכות פון די תשובה וואס אידן טוהען, זאל ער אונז אנשרייבן דעם יאר א כתיבה וחתימה טובה און פאר א שנת גאולה וישועה, בב"א.

אין אנדערע נייעס, האט הרב ברעסלויער שליט"א געמאלדן אויף צעטלעך אין די בתי מדרשים אז לעת עתה גיט ער מער נישט קיין הכשרים אין ערגעץ! עס טוט אים וויי אז אזא מכשול איז ארויס מתחת ידיו. עס איז כדאי צו באמערקן אז רוב רעסטוראנטן אין מאנסי האבן זיינע הכשרים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 04:09 לינק ישיר 

א גרויסען ישר כח
שמעק טאבעק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 05:20 לינק ישיר 

שמעק_טאביק

א ריזן יישר כח, חמרא למריה וטיבותא לשקיה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2006 07:58 לינק ישיר 

שכוייח שמעק-טאבאק פאר די מיה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2006 21:12 לינק ישיר 

אין אן אנדערע פארום האט איינער געמאלדען אז עס דרייט זיך ארום א שמועה אז איינע פין די קעטערערס וואס האבען סערווירט נאכטמאל אין די זומער וואכען אין איינע פין די ב"פ זאלען האט געהאט פין די נבלה............



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 21:19 לינק ישיר 

צבי, וואס נעמט דיר ארויס פון די כלים? וואס ברענט דיר אזוי מלמד זכות צו זיין אויף אן עוכר ישראל??

ס'איז פאראן א באקאנטע ווארט פון סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע (צבי - אנטשולדיגט אויב דו ביסט ברוגז אויף אים...) אויפן פסוק (משלי י"ז) מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ה' גם שניהם, ד.ה. אז אויב איינער טוט בארעכטיגן א רשע, אדער פארקערט אומבארעכטיגן א צדיק, איז דאס תועבת ה' גם שניהם - ביידע. האט ער געפרעגט, וואס פעלט אויס דער "גם שניהם"? איך פארשטיי אליין אז ביידע זענען תועבת ה' . עס קוקט עפעס אויס ווי א איבריג לשון.

נאר וואס דען, אויב וואלט נאר געווען איינער אליינס, וואלט מען נאך געקענט מלמד זכות זיין אויף אים. דהיינו, איינער וואס נעמט זיך אן פארן רשע, קען מען זאגן אז ער איז א שוואכע נאטור, ער האט אויף יעדן רחמנות, ער איז יעדן מצדיק, ער קען נישט פארנעמען קיין שלעכטס אויף א אידיש קינד, נו, דאס קען מען נאך דערהערן; ווידעראום איז פאראן א "שווארץ-קוקער", וואס זעהט דאס שלעכטס פון יעדן איינעם, און ער איז נישט גענוג שטארק מתפלל בייי די תפלה פון רבי ר' אלימלך שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם, ממילא טוט ער יעדן בא'שגצ'ן, סיי א רשע און סיי אן ערליכן איד. איז אויך נאך נישט אזוי געפערליך. וויבאלד דאס איז זיין טבע.

משא"כ ווען איינער האט שני הפכיים, ער איז סיי מרשיע צדיק - און סיי מצדיק רשע, דאן תועבת ה' "גם שניהם" ,אויב האט ער ביידע איז א סימן אז דאס קומט שוין פון א פארדרייטע מח, אפיקורסות, און איז מקיים דעם "את אשר אהבת שנאתי ואשר שנאת אהבתי" רח"ל.

א מענטש וואס שפעט אפ פון יעדן ערליכן איד, און זוכט נאר צו פארענטפערן די רשעים איז א תועבת ה'!!

פארשטאנען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 21:34 לינק ישיר 

איןבעיה,

שקר וכזב!!!
די שמועה גייט אז איינע פון די קעיטערערס פון בארא פארק וואס האט אמאהל געהאט דעם זאל האט גענומען פון דארט פלייש.

מ'רעדט פון איינעם ו..... וואס האט אויך געהאט מנורה און ארמון טערעס

דער קעיטערער האט קיינמאהל נישט געקעיטערט קיין סאפערס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 21:37 לינק ישיר 

ניין, נישט פארשטאנען!

שכוח פאר די מוסר שמועס, אבער אוואו זעהסטו אז איך בין "מצדיק די רשע?" איך האב פשוט געפרעגט פארוואס נאר פינקל איז די רשע דערווייל, פארוואס איז מען נישט מגלה ווער די אנדערע זענען?

אויך קען מען זאגען אז קנאים זענען בטבע שלעכטע מענטשען וואס טוהען אויסלאזען זייער שלעכטסקייט אויף כביכול קנאת ה' צבקות,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2006 21:51 לינק ישיר 

שמעון טאביק ....
דער ווארט איז פון נודע ביהודה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2006 01:05 לינק ישיר 

אנטשולדיג מיר צבי, אויב איך האב דיר נישט ריכטיג פארשטאנען.

זאב, קען זיין אז ס'איז פון נודע ביהודה זי"ע. אדרבה, דאן איז דער ווארט נאך מער חשוב. סאטמאר רבי זי"ע האט דאס גענוצט אלס דעם אז די אלע אידן בשעתו האבן געוואלט מלמד זכות זיין אויף די פושעים אין כלל ישראל, און געשריגן תינוק שנשבה וכדו', און בארעכטיגט אלע שגץ שטיק פון די אפיקורסים למיניהם, און פונקט אויף די הייפעלע קנאים, וואס האבן בלויז די "איינע עבירה" פון שרייען אויף די רשעים, זיי איז מען מבזה בכל מיני בזיונות.

עניוועי. נחזור לענינינו. לעצטנס הער איך אז מ'האט געטראפן נאך א גאנצע הויפן מיט היימישע חברה וואס האבן שייכות מיט דעם שוידערליכן סקאנדאל. איך ווייס נישט קיין נעמען, אבער איך הער אזוי פון עטליכע מענטשן.

די מעשה איז אזוי, אז נעכטן שפעט ביינאכט זענען די רבנים אראפגעגאנגען מיט דעם מ. פינקל צו דעם געשעפט, און חוקר ודורש געווען. מר. פינקל האט זיך פארדעקט דאס פנים, ער האט נישט געוואלט אז קיינער זאל אים זעהן אריינגיין אין זיין בוטשער'ל. למעשה האט ער זיך שוין געבראכן און אנגעהויבן צו רעדן (ענדליך!) און פארציילן אביסעלע סודות פון חדר, ווי אויך אז די בהמות זענען נישט געווען כשר, וואס איז חייבי כריתות רח"ל, און ווי אויך די אלע וואס האבן א שייכות.

די רבנים און עסקנים זענען שאקירט פון די פרטי הדברים. און זיי זאגן אז די מעשה איז נאך ווייט פון פארטיג!

ווער עס ווייסט מער פרטים, ביטע שרייבן. זעלבסטפארשטענדליך אז אויב איך וועל הערן מער פרטים וועל איך צולייגן אי"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2006 01:39 לינק ישיר 

וויי און וואונד איז מיר, אויב די לעצטערע שמועות איבער מר. וו. פון ב"פ זענען אמת, איך האב מער ווי איינמאל געגעסן ביי זיינע שמחות.

השם ישמרנו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2006 05:23 לינק ישיר 

אזוי זאגסטו, ואכמ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2006 23:25 לינק ישיר 

וועגן יודל שעהן ווייס איך שוין פון לאנג
לויט ווי אזוי איך שאץ אים אפ איז ער נישט מער ווי א Whistleblower
אויף אידיש רופט מען דאס א מויל מאכער
למעשה פאר 8 יאר צוריק האט ער געזאגט פאר רב ברעסלויער וועגן די צונגען אבער טונקל האט זיך ארויסגעדרייט ווייל עס איז נאר געווען א השערה און נישט קיין פאקטן אז עס איז טריפה
און ווייל יודל שיין שרייט אויף יעדן (חוץ אויף די וואס האבן אים געגעבן א JOB) הערט מען אים שוין נישט
ווען מען זאל דאס הערן פאר 8 יאר צוריק פון א ערנסטן מענטש גלייב איך אז עס וואלט נישט דורך בשתיקה

אויף רובאשקין איז ער 100% נישט גערעכט
ווייסמאנדל האט געוואלט האבן מיט עם א דעבאטע און יודל שיין האט נישט געוואלט
ער זעט א לאך פון א נאדל און שרייט עס איז א ריזיגע לאך

למעשה אפאר אויף וואס ער העט געשריגן האבן עם פארשטאפט זיין מויל מיט געבן א JOB



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2006 23:39 לינק ישיר 

בעל גאאוה

במחכ"ת איל מיין די האסט געכאפט דעם קאטער, דער טעם וואס מיז זעהן אזוי אויס איז ווייל

א whistleblower הייסט ביי דיר א מויל מאכער.
היינו דאהני לן


 דיקשאנערי :
An informant who exposes wrongdoing within an organization in the hope of stopping it




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2006 00:08 לינק ישיר 

בעל גאווה, דו קענסט איהם פערזענליך.? און ווער זענען די וואס האבן איהם געגעבן א JOB?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.