בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/10/2006 03:19 לינק ישיר 

אשרנו שיש לנו OU כזה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2006 01:37 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ווי איר האט שוין מסתמא געהערט, איז ערשינען בעפאר יו"ט א בריוו פון פינקל וואו ער בעהט מחילה פונעם עולם, און ער איז זיך מתוודה.

איך נעם אביסל אינפארמאציע פון דא:

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2061688

אבער איך האב שוין געזעהן דעם בריוו בעפאר דעם, און איך אויך, צווישן אלע אנדערע, בין אביסל סקעפטיקל איבער דעם נושא. איז עס טאקע אמת? איז דאס זיין בריוו? טייל זאגן אז נישט, ס'איז נאר פון זיין משפחה... איי עס האט א נאמען פון א רב? און ווער טאקע איז דער רב? קיינער האט נישט געהערט פון אים? קען מען איהם נישט פרעגן??

ס'רוב מענטשן שעלטן דערויף, און זאגן "לא" מיט אן אל"ף, זיי ווילן נישט מוחל זיין... איך ווייס נאך נישט פארוואס... אויב איז עס אמת, פארוואס דען נישט? עפ"י הלכה "לא יהא אכזרי מלמחול" איז דא אויך שייך... געוויסע מענטשן זאגן אז די רבנים זענען זייער ברוגז אויף דעם בריוו... ספעציעל די מאנסי'ער רבנים... וואס האבן געוואלט ער זאל זיי בעטן א תיקון... (?)

ווייסט איר מער פרטים?

איך, לכשעצמי, אויב איז עס אמת, האב א פילינג אז מען דארף אים מוחל זיין. ער בעהט נישט דא מחילה פארן מאכיל זיין נבילות וטריפות, דאס קענען מיר אים ממילא נישט מוחל זיין. דאס איז בין אדם למקום, און זיין רב זאל אים ווייזן און לערנען א ריכטיגן דרך התשובה. נאר וואס דען, נאך אלעם האט ער געמאכט געוואלדיגע שאדנס פאר אידישע קינדער, אזויפיל קיטשענס און כלים אין מיסט געווארפן; אזויפיל טייער צייט אוועקגעגעבן, און עבירות שבין אדם לחבירו העלפט גארנישט, ממילא וויל ער בעטן מען זאל אים מוחל זיין.

פאר די מענטשן וואס שרייען דערויף און מאכן אלעס אוועק, וויל איך פרעגן: אדרבה, אפשר זאגט איר וואס ברויך ער טאן כדי צו האבן א כפרה? ס'איז דאך קלאר אז מען קען אויף אלעם תשובה טאן, און דער מענטש, זייענדיג א תלמיד חכם, ווייסט פילייכט אז אויב טוט ער אצינד נישט תשובה, וועט ער האבן א פינסטערן סוף לעולמי עד רח"ל, איז ווארשיינליך טוט ער כל מה שביכלתו צו מתקן זיין... טוט ער נישט גוט?

אויף די וועלט איז זיכער א ביטער רחמנות אויף אים... ער איז מאוס ונבזה ומשוקץ בפי כל; זיין אייגענע משפחה וויל אים נישט קענען; ער וועט זיין נע ונד (אזוי שרייבט ער אין בריוו); ער האט נישט קיין שום "פיוטשער" אין זיין לעבן... יעדער מענטש וואס לעבט האט א צוקונפט, מ'ווערט עלטער, מ'שטעלט אויף דורות, מ'וועט נאך זעהן אייניקלעך און אור אייניקלעך, פירן א סדר טיש פאר אלע אייניקלעך, קומען אויף חנוכה צום זיידן, א.א.וו. אך און וויי איז צו א מענטש וואס האט נעבעך נישט אויף וואס צו ווארטן... כמעט ווי א פארברעכער וואס באקומט לעבנסלענגליכע טורמע... וועט ער כאטשיג אויף יענע וועלט יא האבן עפעס?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2006 03:11 לינק ישיר 

הרב נויבירטה איז די מחבר פון שמירת שבת כהלכתה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2006 03:17 לינק ישיר 

אזוי שנעל האט ער מחליט געווען אויף תשובה? פארוואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2006 17:49 לינק ישיר 

לפענ"ד וואלט די בעסטע זאך פאר איהם געוועהן צו טוהן תשובה ברבים. ווי למשל ער זאל אויפטרעטן ביי איין אסיפה.

שרייבן צעטלעך האט נישט קיין פשט. סהיינט א וועלט פון פאשקווילן מיט זיופים.

איך גלייב אז סאיז פשוט מסוכן פאר איהם דאס צו טוהן

איז במקום זה זאל ער אויפטרעטן ביי זאב ברענער אויף די ראדיא. אין מתוודה זיין ברבים. עס וועט זיין א קידוש השם.

טאמער אויב ער איז שוין אזא בעל תשובה אז ער איז שוין מקפיד ניט אריין צו נעמען זאב ברענער אין שטוב ווייל ער איז א נישט קיין היימישער.

דעמאלטס קען ער סעטלען פאר קאנטרי יוסי

ער האט א היתר מאה רבנים






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 06:11 לינק ישיר 

אסאך מאכען א טעות. עס וועט אדורעך צייט און ער וועט ווייטער ווערען אנגענומען ביי זיינע קינדער חברים וידידים, טאמער נישט אלע, לכה"פ אפאר פין זיי. די וועג צו קענען צוריק קומען, נישט היינט, נאר אמאהל, שפעטער, ווען די זאך וועט ווערען אנגעקילט, איז קלאר דורך דעם צעטעל, וואס איז גוט, און ברענגט ארויס אז ער האט חרטה, און טוט תשובה. מער פין דעם קען ער נישט. פארוואס זאל איינער זיין בייז אויף דעם צעטעל ווייס איך נישט, חוץ אויב זיי ווייסען אז ער בלאפט דא ווייטער. מצידו איז די צעטעל גאר גוט. די שאלה וואס מען קען דא אריין קלערען, פארוואס זיין ווייב האט זיך געדארפט אזוי שנעל אפגעטען פין אים, און נישט געווארט אפאר חדשים צו זעהן ווי אזוי די זאך וועט אויסשפילען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2006 16:34 לינק ישיר 

שלוםשטוב

די גאנצע זאך האט נישט קיין הענט און קיין פוס.

מכשיל געוועהן אידען האט ער ברבים, לכל דכפין, מיט א ריזיקען הפסד ממון.

מתקן זיין וויל ער דורך א צעטל וואס קיינער זעהט נישט ( ווי האט ער דאס מפרסם געוועהן?), נאר יחידים, און דאס געלט וועט ער אחלק געבן פאר א צדקה וואס ער וועט אליין באשליסן.

פארוואס זאל ער נישט געבן געלט פאר א מאנסי בי"ד צו באצאהלן היזיקות פון אידען?

גזל ואינו יודע ממי גזל יעשה מהם צרכי רבים. נישט זיינע אייגענע צדקות, ער'ט  נאך באצאלן שכר לימוד מיט דעהם געלט.

זאל ער פאררעכטן דעם פראבלעמאטישן עירוב אין מאנסי!

דער בריוו שטייט נישט בהסכמת הרב נויווירט. ס'שטייט "היה למראה עיניו"

ער קען אויך יעצט צו שרייבן היה למראה עיני "באטשי" ו"שלוםשטוב"

די טשיקענס וואס ער האט פארקויפט זענען אויך " היו למראה עיניו של המשגיח"

עפעס שטימט נישט דא










דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 18:29 לינק ישיר 

באטשי, ביסט א גוטער לץ...

קודם כל, ס'שטייט אין בריוו אז הרב נויבירטה האט עס געזעהן, "ואישר אותו"... באטשי און שלום-שטוב האבן עס לעת עתה נאך נישט מאשר געווען, און האבן נאך אסאך הערות דערויף...

נאכדעם כל, וואס האסטו געוואלט? ער זאל אצינד גיין קיין מאנסי, און מ'זאל מפרסם זיין אין אלע שוהלן אז ר' משה פינקל גייט האלטן א חרטה דרשה, און דער גאנצער עולם איז געלאדנט...??? חוץ מזה וואס מאנסי האט נישט גענוג א גרויסער זאל פארן עולם וואס וועט זיך צוזאמענקומען הערן אזא היסטארישע דרשה, וועט מען דארפן האבן ווי פאלגענד: פאליציי און סעקיוריטי מענטשן וואס זאלן אים באשיצן פון ווערן איינגעשלינגען לעבעדיגערהייט; א מייקראפאן וואס זאל זיין גענוג הויך איבערצושרייען די אלע געשרייען וואס וועט אפהילכן אין זאל (יא מוחל נישט מוחל, פוי, א.א.וו.); אפשר אויך אויערן שטאפערס; און נאך אזעלכע צוגעהערן....

וויצן אין א זייט געלייגט... וואס זאל ער טאקע טוהן? גיין אדורכשמועסן מיט מאנסי'ער רבנים וואס ווילן אים צורייסן ווי א פיש וואס ער זאל טוהן? געבן פאר זיי די געלט זיי זאלן עס צוטיילן פאר זייערע מוסדות? צרכי רבים מיינט נישט דווקא אין די שטאט וואס ער האט שאדן געמאכט, כאטש ס'וואלט געווען יושר אזוי צו טוהן...

אפשר אין א יאר ארום וועט ער נאכאמאל קענען פרובירן אריינקומען קיין מאנסי...

און שלום שטוב: איך גלייב נישט אז זיינע ידידים וועלן מיט די צייט צוריק גוט ווערן מיט אים. פארוואס דען יא? אפשר אלס רחמנות אויף אים? אויב אמת'ע רחמנות, דארף מען זעהן ער זאל האבן זיין ריכטיגע תיקון אויף דער וועלט און קומען אויסגעלייטערט אויף יענע וועלט... אויב האט זיין רב באשלאסן אז "והייתי נע ונד, והייתי מגורש מחביריי אוהביי וידידיי" איז זיין תיקון, דארפן זיינע חברים דאס העלפן מקיים זיין.

פארוואס זיין ווייב האט זיך אפגע'גט פון אים איז נאך נישט אינגאנצן פארשטענדליך, הגם אז מען וויל דווקא קען מען עס פארשטיין... איך האב געהערט עטליכע אידן שמועסן הלמאי זי האט אים אפגעלאזט יעצט, נאך יארן וואס זיי האבן אזא גוטע לעבן (עכ"פ למראית עין...) בשעת וואס דער עיקר וואס מען דארף א שותף אין לעבן איז לעת הצורך ווען עס מאכט זיך א שווערע צייט זאל מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן... זי וואלט אים געדארפט מעודד זיין ער זאל זוכן א תיקון, און פאררעכטן וואס ער האט פוגם געוען, און אים שטיין צו די האנט אין אזעלכע שווערע צייטן... די מענטשן וואס טענה'ן דאס האבן א פוינט, אבער ס'איז נאך אלץ נישט צו שווער צו פארשטיין זיין ווייב וואס האט נישט געעואלט לעבן מיט אזא גרויסן פלעק כל ימי חייה...

בקיצור, די מענטשן וואס האבן טענות, זאלן זיך לאזן הערן... איר ווייסט אז די רבנים לייענען אין היידפארק וואס צו טוהן (?)...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 19:15 לינק ישיר 

שמעקטאביק

"ואישר אותו" מיינט אז ער האט מסכים געוועהן אז דאס איז גענוג?
דאס מיינט אפשר אז ער האט מקיים געווען די חתימת ידיו

נאדיר, דא האסטו א גרויסען חידוש!

סדא אפאהר מנינים ערליכע אידן און מאנסי וואס האבן  נישט קיין אינטערנעט! אין זיי האבן געגעסן דאס פלייש און געקאשערט די כלים! 

פון ווי דארפן זיי וויסען פון דעהם?

ער האט געמאכט אשטינק ברבים, אנגעקומען ביז אין דעם ניו יארק טיימס. זאל ער מתקן זיין ברבים.

גיין אויף די ראדיא LIVE איז די איינציגע עצה. אבער קודם גוט מפרסם זיין. איך בין בטוח אז זאב ברענער ודוגמתו וועט עס בחפץ לב אהננעמען, די פאבליסיטי וועט זיין אין לשער. 

וועגען צרכי רבים, מיינט עס לכאורה על פי פשטות אין די שטאט ווי ער האט מזיק געוועהן. 
נישט גאנווענען אין ניו יארק און באצאהלען אין ירושלים.

ער דארף עס נישט געבן פאר ארב מיט מוסדות, ער קען זעצען א בית דין וואס זאל באשליסן וואס ער זאל טוהן. אדער מאכען א קופת גמ"ח, אדער עירוב, אפילו אויס צאהלען הוצאות פון א מקווה פאר א יאהר, מזאל קענען גיין בחנם לכל דכפין. ספעלט וואס צוטוהן?

זיין ווייב?

קודם האט עס מיך אויך געבאדערט וואס זי איז איהם נישט געשטאנען צו הילף בעת צרתו. כמאה"כ :ואשה בכל אלה לא מצאתי.

אבער יעצט ווי איך זעה אז ער נעמט נישט ערנסט די גאנצע מעשה. פארשטיי איך איהר שוין בעסער.
איך מיין פון זיין לשון אין דעהם בריף אז ער באגרייפט נישט פשוט די היסטארישע עוולה וואס ער האט אפגעטוהן.

ווי גייט דאס ווערטל. 

If Mr Finkel  would have known how much bitul torah and loshon horah it will cause' he would never have done it






 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 19:33 לינק ישיר 

רבותי איך ווייס אז עס איז זייער שווער אראפצושלינגען אזא זאך, און עס איז זייער שווער אים מוחל צו זיין, אבער לאמיר אריינטראכטן אביסל אין דעם ענין.
ה' ה' קל רחום וחנו ארך אפים ורב חסד ואמת וגו', איז נישט געזאגט געווארן אויף אים?
במקום שבעלי תשובה עומדים אפי' צדיקים גמורים אינם יכולים לעמוד, איז נישט געזאגט געווארן אויף אים?
איז תשובה נאר פאר איינער וואס טוט נישט קיין עבירות?
קען מען נישט מיט תשובה מתקן זיין אפי' אויף די הארבסטע עבירות?
גלייבטס מיר מען האט אויף וואס אים מקנא צו זיין, 
דער  בארדיטשיבער רבי איז אמאל צוגעגאנגען צו א בעל עבירה'ניק און אים געזאגט איך בין  דיר מקנא, וואס האט זיך דער בעל עבירה'ניק אנגערופן, דער רבי איז מיר מקנא???????
יא יא, זאגט אים דער בארדיטשעבער רבי, איינער ווי דיר וואס האט אזויפיל עבירה'עס און טוט תשובה ווערט אלע עבירות איבערגעדרייט פאר מצוות און אויב אזעלעכע גראבע עבירות ווערן אויף מצוות ווערט עס נישט סתם מצוות, נאר גראבע פעטע מצוות.
פרעג איך ענק, זענען ענק נישט מקנא הרב הצדיק ר' משה פינקל שליט"א????????
איך יא!!!!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2006 21:23 לינק ישיר 

הצלה

איך זעה דו ביזט מקנא דעם פינקל אויב ער וועט טוהן תשובה.
במקום שבעלי תשובה עומדים...

אמשול לך משל וואס האט שייכות צו דיין ניק

דעם סוכות ביי די סעודת יום טוב זיצט א טאטע פון קעה"ר א בליענדיגע משפחה, איז איהם געבליבן שטעקן א ביין אין האלז אין מיטן די פיש. ער האט זיך געשטיקט איו דערווארגען און געווארפן און געקאאכט, אז עק וועלט. ער איז שוין געוועהן בלוי, געלעגן אויף די ערד, אין די אויגען האבן זיך איהם איבערגעדרייט לצד הלבן רח"ל,

די קליינע קינדער האבן געקוויטשעט, די גרויסע האבן געשריגען, בעיביס האבן געוויינט, דאס ווייב האט געחלש'ט, דער גרויסער זיהן האט זיך געכאפט און גערופן הצלה, אהנגעקומען זעקס קארס אויפאמאהל מיט קולות וטרומייטערס, אלע שכנים צוזאמען געלאפן, איינער א למדן האט געזעהן דעם מצב האט ער אנגעהויבן צו ליינען קריאת שמע, די לייט זענען ארויפ געלאפן מיט טענקס אין סטרעטשערס אין איין אטעם, געמאכט CPR מיט שאקס, געלייגט אויפן סטרעטשער, או און פגעפאהרן מיט א קול רעש גדול  צו גוד סעמעריטאן 120 מייל א שעה.

און דער חולה גוסס'ט.

אנגעקומען אין שפיטאל מיט פולן ספיד, און לכבוד יו"ט אריין געזעצט אין א גרויסע רייע מיט געפארקעטע קארס, אינגאנצן צושמעטערט דעם טייערן הצלה "באס", דער פאציענט אליין איז ארויס געפלויגען צוזאמען מיטן סטרעטשער, דאס בעטל האט אריין געקראכט אין די גלאזערנער טיהר פון דעם שפיטאהל, אויסגעשאסן דאס גלאז אין געלאנדעט אין די לאבי, מיטן פנים אראפ, אינגאנצן צובלוטיגט .

פון דעם זעץ איז ארויס דאס ביינדל פון האלז, אונזער פאציענט איז אויף געשטאנען ממוות לחיים, אהיים געפאהרן ווייטער צו עסען די סעודה  


קענסט דיך פארשטעלן די שמחה אין די משפחה!
אסאך מעהר ווי פריער.

ביזט מקנא זייער שמחת יו"ט?

איך נישט!
 

תוקן על ידי - baachi - 18/10/2006 21:35:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 21:37 לינק ישיר 

באטשי, איך האב הנאה פון דיינע תגובות...

דו זאגסט אז ער האט געמאכט א שטינק ברבים אזש ס'איז אנגעקומען ביז ניו יארק טיימס: ער האט געמאכט דעם שטינק? ער האט געארבייט שטילערהייט בסתר, ביז מ'האט זיך צופעליג דערוואוסט דערפון. די שטינק האבן שוין אנדערע געמאכט. איך גלייב נאך נישט אז א רב וועט אים געבן א היתר אויפצוטרעטן אויף א ראדיא פראגראם. אט האסטו נאך א חידוש: עס זענען נאך פאראן עטליכע מנינים אידן אין מאנסי וואס הערן נישט קיין ראדיא און ווייסן נישט ווער זאב ברענער איז (איך ווייס אויך נישט, ביי די וועי...)

וועמען דארף מען מפייס זיין? ניו יארק טיימס? ער קען שוין שווער צוריקציען דעם חילול השם איום ונורא וואס ער האט גורם געווען. איך זאג נאכאמאל, אז ער קען נישט איבערבעטן אויפן מאכיל זיין טריפות פאר אידן. דאס קען ער נאר בעהטן פון הקב"ה. ס'איז בין אדם למקום און מיר האבן נישט וואס אריינצורעדן דערין. מנשה וואס העמיד צלם בהיכל האט אויך תשובה געטאן ווען ער איז געווען אין טראבל, און הגם די מלאכים האבן פארשפארט אלע טויערן, האט השי"ת חותר געווען חתירה תחת כסא כבודו.

וואס שייך איבערבעטן, איז נאר אויף די הפסד ממון וואס ער האט אנגעמאכט. און דא בין איך צו דיר מודה, אז ער וואלט געדארפט מער מפרסם זיין די מודעה, כאטש צו יעדן יחיד אין מאנסי אויף די פאסט, און אפשר אפילו גאנץ ניו יארק, אדער אפשר אלע צייטונגען און אויסגאבעס. זאלן די "פאשקעווילן" ווארפערס אצינד פארריכטן זייער משוגעת מיטן ווארפן צעטלעך אין די גאסן און פארפרייטן דעם בריוו... זאלן זיי אנקאלן ניו יארק טיימס און אנדערע מידיא רעפארטערס און באריכטן אז ער האט שוין תשובה געטון...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 22:18 לינק ישיר 

רמב"ם פ"ב הלכות תשובה
 
(ה) ושבח גדול לשב שיתודה ברבים ויודיע פשעיו להם ומגלה עבירות שבינו לבין חבירו לאחרים ואומר להם אמנם חטאתי לפלוני ועשיתי לו כך וכך והריני היום שב ומתנחם וכל המתגאה ואינו מודיע אלא מכסה פשעיו אין תשובתו גמורה שנאמר מכסה פשעיו לא יצליח במה דברים אמורים בעבירות שבין אדם לחבירו אבל בעבירות שבין אדם למקום אינו צריך לפרסם עצמו ועזות פנים היא לו אם גילם אלא שב לפני האל ברוך הוא ופורט חטאיו לפניו ומתודה עליהם לפני רבים סתם וטובה היא לו שלא נתגלה עונו שנאמר אשרי נשוי פשע כסוי חטאה. [השגת הראב"ד - במה דברים אמורים בעבירות שבין אדם לחבירו א"א וכן עבירות המפורסמות ומגולות אע"פ שאינן עם חבירו שכמו שנתפרסם החטא כך צריך לפרסם התשובה ויתבייש ברבים]:

לגבי רעדיא
אל תצדק הרבה

מיך אינטערסירט דער זאב ברענער וויינגער ווי דו

דער פאקט איז אבער אז ער איז א איד אין האט א ראדיא פראגראם, וואס טויזנטער אידען שומ"ט הערן אויס.
דאס מציאות איז אויך אז בזמננו אז מוויל מפרסם זיין א זאך איז די ראדיא דער דריטער בעסטע מיטל 

- אויפן ערשטן פלאץ איז פארשטייט זיך קול מבשר, אבער ער האט נישט קיין אינטערוויוס
- אויפן צווייטן איז נעטווארק TV, ואינו תחת ידינו
- געבליבן ראדיא, וואס על זה אמרו חז"ל "רובא לרדיא זבני" (ב"ב צ"ב)
 
סאויך דא אסטאטיסטיק  וואס ווייזט אז רובא דמינכר פון מענטשן וואס קויפן פלייש מכל הבא ליד האבן אויך א ראדיא.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2006 23:25 לינק ישיר 

טאביק

ער האט געשיקט אויף פאסט פאר א גרויסן חלק פון מאנסי איך ווייס נישט ווער יא און ווער נישט

וואס שייך מחילה
בין אדם למקום קען איך נישט זאגן אבער אונז האבן א כלל אז החוטא ומחטיא את הרבים אין מספיקין בידו וכו'
וואס שייך בין אדם לחבירו איך ווייס נישט וויאזוי מען קען עם מוחל זיין

די הלכה איז אז אזא איינער איז א מצוה צו פיינט האבן און אין מסעסקין בקברתו כמובואר בפוסקים

אפשר וויל ער מיטן בריוו אויפטועען אז מען שאל מיינען ער טוט תשובה איז טאר מען שוין נישט פיינט האבן
אדרבה לאמיר זעהן א בריוו פון רבנים אז כיוון שעשה תשובה הרי הוא כאחיך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2006 00:01 לינק ישיר 

באטשי,

קוקט אויס אז דו הערסט נישט אפט קול מבשר, ער האט יעדע שטיק צייט אינטערוויוס, יעצט קען מען אויך הערן איינס אויף קנעפל נומבער דריי. תוקן על ידי - שירעם - 19/10/2006 0:02:12



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext