בית פורומים כל העולם כולו

הצלחה מאנסי, טריפה פלייש כשר געפאקט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/9/2006 04:16 לינק ישיר 
הצלחה מאנסי, טריפה פלייש כשר געפאקט!

עפעס דרייט זיך ארום א מעשה אז א ארבעטער אין הצלחה גראסערי אין מאנסי האט זיך געוואלט אין זיי נוקם זיין ווייל מ'האט אים אפגעזאגט, איז ער געגאנגען און איבערגעפאקט כשר פלייש - דוכט זיך פון קרית יואל בית השחיטה - און אריינגעלייגט דערין טריפה פלייש, רח"ל ! ערשט ווען די קונדן האבן זיך באקלאגט אויפן מאדנעם אומגעזאלצענעם טעם, איז מען נאכגעגאנגען די זאך און געטראפן טריפות ונבילות ממש, רחמנא ליצלן !



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2006 20:37 לינק ישיר 

מצורף קובץ

,





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2006 21:26 לינק ישיר 

פארוואס זעהט מען נישט קיין שום בריוו פונעם בעל מכשיר אליין, הרב ברעסלויער ?

בכלל איז עס א שרעקליכע פאטש פאר אים, עס איז שוין א מעשה פין איבער דריי וואכען וואס קרית יואל פארקויפט אים נישט קיין פלייש,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2006 21:30 לינק ישיר 

האט הצלחה מאנסי א שייכות צו הצלחה סופרמארקעט אין וויליאמסבורג?.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2006 22:02 לינק ישיר 

איך הער אז צוליב די מעשה האט מען געמאכט א נייע פאליסי אין קרית יואל'ער בית השחיטה המהודרת, אז מען פארקויפט נישט מער קיין אומגעפאקטע פלייש, נאר מען וועט מאכן א אייגענעם פעקעדזשינג אפטיילונג אין די בית השחיטה און אזוי וועט מען פארקויפן האלסעיל אויסדרוקליך נאר געפאקטע פלייש. דאס וועט האפנטליך פארמיידן פון אזוינע רשעים צו מאכיל זיין במזיד נבילות וטריפות פאר אידישע קינדער אויפן חשבון פון די מהודר'דיגסטע פלייש וואס איז דא צו באקומען אויפן מארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2006 22:10 לינק ישיר 

איך האב שוין לאנג געהאט א ספק און איך האב שוין אינזין געהאט אפאר מאל אנצוקאלן פרעגן די בית השחיטה אין ק"י
אין ב"פ פארקויפט א געוויסע גראסערי פלייש וואס עס שטייט אויף דעם אז עס איז פון ק"י און עס איז צוויי דאלער ביליגער א פונט פון די סאטמארע בוטשער אין וומסב"ג
איך וויל נישט פורש בשמם זיין ווייל איך וויל נישט חושד זיין
אבער עפעס האט עס נישט קיין פשט אז די אייגענע בוטשער זאל זיין אזוי סאך טייערער ווי א פרעמדע גראסערי וואס פארקויפט די פלייש
אדרבה אויב איינער פון דא וואס ווייסט מער פון די בית השחיטה זאל ער עס מברר זיין
און ער וועט זיין א מזכה את הרבים
ווייל אויב איז עס ריין מכל חששות קען איך מיך שפארן אסאך געלט יעדע וואך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2006 22:33 לינק ישיר 

באקומען אין אישי די שאלה

ווער קען מיר ענטפערן אויף די פשוטע פראגע.
אויב א בוטשער סטאר קען נעמען פלייש אין עס אליין פאקן און לייגן א סטיקער. ווער גאראנטירט אונז אז די גראסעריס וואס פאקן אליין די נאשרייען, אז זיי פארקויפן נישט קיין גוישע נאשרייען, קענדיס און טשאקלאד?
איך זוך א נארמאלן ענטפער.
וישר כח למופרע.

ע"כ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2006 22:36 לינק ישיר 

איך האלט אז מען דארף אזוי אריינגעבן פאר דעם קצב למען ישמעו ויראו

א יעדע יאר צוויי הערט מען אן ענליכע מעשה

אויב וואלט איך געוואוסט דעם קצב'ס נאמען וואלט איך עס דא ארויסגעשריבען
מען טאר נישט רחמנות האבן אויף אזא איינעם וואס איז מאכיל נבילות וטריפות פאר כלל ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2006 22:51 לינק ישיר 

גראדע ר' יושע כ"ץ האקט שוין זייער לאנג אויף די גראסעריס וואס פאקן די טשאקלעטס און קענדיס, ער טענהט שוין זייער לאנג אז סברענגט גרויסע מכשולות. קען זיין יעצט וועט מיט דעם אויך ווערן א תיקון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2006 22:53 לינק ישיר 


איך וויל דא קלאר מאכען א פאקט

די זאלי ..... האבן אנגעהויבן צי שרייבן. כאילו ק"י איז עפעס שילדיג אין די גאנצע מעשה
וויל איך זיי קלאר שטעלן, אז לויט ווי איך ווייס האט ער פארקויפט טריפה פלייש אינטער די נעמען פין די  "אנדערע שלאכט הייזער אויך
יעדער ווייסט נאר פין קר"י, ווייל דורוך די קר"י חברה, האט מען אנדעקט די געוואלדיגע מכשול רח"ל
מגלגלין זכות ע"י זכאי!!!  אז קר"י אידן האבן אנדערקט וואס דער רשע האט אפגעטיען רח"ל
דער קצב האט געשריבן אויף זיינע טריפנה פלייש אנדערע נעמען אויך נישט נאר קר"י!!!

נאר אזעלכע ז.... ווי טייל זאלי שרייבער קענענן אריינמישען אין יעדע טראגעדיע פאליטיק {חוץ אין די אייגענע טראגעדיעס, וד"ל}
די פיש שטינקט פין קאפ

{זאל מיר איינער פאר רעכטן אויב איך האב א טעות}


נאכמער, איצט האט מען אויפגעדקט {אזוי האב איך געזען באשריבען}  אז די מכשול גייט שוין אן באלד זעקס חדשים
ווען מען האט ציזאם געשטעלט זיינע בילס אין איינעם מיט די סכום פלייש וואס ער האט פארקויפט!!
היעלה על הדעת אז ער האט מקפיד געווען אז נאר די נאמען פין קר"י זאל שטיין אויף די טריפנה פלייש???? תוקן על ידי - שלמה_שמש - 03/09/2006 23:02:42



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2006 16:33 לינק ישיר 

הא הא
בא ללמד אגודת ישראל אין אמעריקה איז אין פרינציפ נישט אריינגעטוהן אין כשרות א חוץ ווען מ'דארף שתדלנות ביי די רעגירונג איבער "שחיטה" אדער "כפרות שלאגען" animal rights אדער KOSHER LAW , אלס א פראטעקשען פאר קאנסומערס וכו' וכו'

[אין אויב די animal rights חברה וועלען זיך נעמען איבער שטריימליך וואס מ'דארף הרג"ענען 40 בעלי חיים פארען קרוין פונעם שטריימעל וועט דער אגודת ישראל אויך זיך אונעמען פאר דעם]

איבער סופער מארקעטס האסטו ליידער א גרויסער טעות יהיה מי שיהיה... אויב א סאטמאר'ע איד\נע דערזעהט זיך אין א סופער מארקעט און דעמאנט זיך: אוי איך האב נישט גענוג טשיקען פאר סאפער אין א "קרית יואל" טשיקען איז דא פאר די אויגען וועט מען דאס קויפען, איך האלט אז רוב סאטמארע וועלען קויפען טשיקען "קרית יואל" סיי ווי אין וועלעכע געשעפט אפילו אין WALLMART.
רוב קונים ווייסען נישט אז באמת האט עס שוין נישט קיין "קרית יואל" הכשר... אין דאס איז די עולה דא!

מ'קען דאס נישט טוהן מיט OU זיי נעמען דיך אין קוארט אין איין רגע מיט an emergency injuction אין צום סוף מוזט איר נאך באצאלען court costs פאר OU קיינער קען נישט repackaging אפילו OU זאלץ אן רשות פון OU גלייב מיר איך ווייסט וואס איך זאג ווייל בדידי הוי עובדא זיי זענען מורא'דיג שטרענג מיט repackagers.

די אחריות ליגט אויף "קרית יואל" בראנד נישט צו לאזען זייער נאמען אויף דעם לעבעל נאר אויב ס'האט א הכשר מתחילה עד הסוף "אריזה"

ולא תהא כהנת כפונדקית... לפחות מעג קרית יואל עופות האבען די זעלבע פאליסי ווי EMPIRE
איבער די היסטוריע פון סאטמאר בוטשער ביסטו נישט 100% גערעכט, סאטמאר רב זצ"ל האט געבעטן מ'זאל קויפען קהל יטב לב פלייש דוקא ווייל עס איז אן הכנסה פאר די ישיבה כמוכח מהרבה מכתביו בענין הזה. בכלל זענען נישט געווען דאמאלס אפילו א חלום פון סופער מארקעטס וואס זענען כשר אין היימישע הענט.

אן השגה אז SHOPRITE אדער PATHMARK זאלען האבען "וויינלאנד" טשיקען איז געווען א ווילדע חלום. ממילא איז די שאלה נישט געווען אפילו רעלעוואנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2006 20:29 לינק ישיר 

יוחי, קאלם דאון!

די OU גיט השגחות און קר"י פארקויפט פלייש, פארשטייסט דעם חילוק?
א קאמפעני\ארגעניזאציע וואס גיט השגחות איז אחראי אויף זייער נאמען אז עס זאל נישט ווערן גענוצט דורך אנשי בליעל אויף טריפות.

משא"כ א פלייש האולסעילער וואו קר"י, עמפייער א.ד.ג.איז קלאר נישט ריספאנסעבל אויפן כשרות פון זייער פראדוקט נאכדעם וואס עס האט פארלאזט דעם פלענט.

ווען מ'קויפט פלייש אין 'באלק' ווי שבח פלעגט טוהן, פארמאגט די קעיס א סימן כשרות פון די השגחה פונעם פלענט למשל וועד הכשרות דקר"י, דערנאך נעמט דער קונה די פלייש אין פאקט דאס איבער אין קלענערע פעקלעך, אויף אזא פאל פארלאנגט זיך א באזונדערע השגחה, וואס און אונזער פאל איז עס געווען הרב ברעסלויער און ער איז דער איינציגסטער אחראי אויפן אמת פונעם לעבל.

און קורצן, אויף די תעודת כשרות פון הרב ברעסלויער אויף שבח מיעט שטייט און אנדערע ווערטער ווי פאלגענד:

"איך הרב ברעסלויער נעם פולע אחריות אז אלע אינפארמאציע וואס עס שטייט אויפן לעיבל פון יעדן אינדיווידיאלען פעקל, וואס די מאקסיקאנער אימלעגאלע אימיגראנטן קלעבן ארויף בשליחות בעלם מר. פינקל, פון יעדן סארט און פון יעדע מקור, איז אמת ויציב, אזוי אויך די פלייש וואס פינקל פארקויפט האולסעיל פאר קעיטערינגס וכדו' בין איך פולי ריספאנסעבל אז אלעס איז כשר וישר גענוי אזוי וואו ער זאגט, עלי ועל צאוורי!"

ליידער, ליידער 'הי וואז דעם ראנג'!
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2006 20:35 לינק ישיר 

דער הרב ברעסלאויער, וועלכער הייסט א חשוב'ער איד, איז ביי מיר געפאלן אונטער גראונד זיראו.

הערטס פארוואס.

אנשטאט דער בעל מכשיר וועלכער איז "געשלאפן ביים רעדל" זאל ארויסקומען זאגן אפען און גראב:

"רבותי איך האב געגעבן א הכשר אויף די פלייש, אבער ליידער האט שבח געטאן א שייגעץ שטיק, און האט אריינגעלייגט טריפה פלייש רח"ל אין די פעקלעך און דערנאך עס בשאט נפש געלעבלט מיט'ן קרית יואל'ער לעבל און מיט וויילאנד'ס לעבל..."

האט דער הרב ברעסלאוער געטאן א געמיינהייט:

ער שרייבט אזוי:

"אזוי ווי איך בין געוואויר געווארן אז די קרית יואל'ער און וויילאנד פלייש זענען געפאקט געווארן טריפות רח"ל... ע"כ"


ע"כ בין איך געקומען  צום באשלוס אז הרב ברעסלאוער איז א חוטא ומחטיא הרבים אינאיינעם מיט דעם שייגעץ און אויסווארף פינקעל פון "שבח"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2006 22:46 לינק ישיר 

די ניו יארק סטעיט איז שוין אריינגעקומען און די קעיס
א פול אינוועסטיגעשאן איז אנדער וועי אלע ערליי עיזשענסיס
ריזיגע קיטשענס באסן שאדן קעיטערינגס דארפן דערלייגן און עס איז א איבערקערעניש מען האלט אז ער טוט דאס שוין א האלב יאר
דער מיסטער פינקעל איז און פעקל ער האט שוין געזאגט 3 ווערסיעס פון ווי ער האט די פלייש אבער אלעס איז ליגענט
דער שעוואח מיעט האט אנגעזעצט יעדן סופלייער פון פלייש לעצטענס און די חשובע גרין ברודער האבן איהם געוואלט ארויסזעהן און ער האט געהאט א דין תורה מיט זיי
אבער נאכן קראכן טשעקס פאר ק"י-מיעל מארט-און אנדערע האט איהם קיינער נישט געגעבן מער קיין פלייש
און קאסטומערס האבן באמערקט אז עס איז נישט געזאלצן האט ער געענטפערט אז מען זאלטץ עס מיט א נייע לאו סודיום זאלץ
די מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען א ארבייטער פון ק"י האט געגעבן א טיפ פאר די גרין ברידער און זיי האבן עס געטראפן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2006 23:00 לינק ישיר 

After doing much research & speaking to various Rabbonim I will try to inform all Yeshivaworld readers of the FACTS until this point. There is a grocery store in Monsey NY called Hatzlocha Grocery. They ''sub-let'' space to Shevach Butcher Store. Shevach buys wholesale chickens from Vineland and KJ (AKA Satmar) meats. Shevach then repackages the chickens and meats and writes [for example] ''Shevach - Vineland'' on the package. Hatzlocha Grocery carries the meats packaged by Shevach.

Last week the owner of Hatzlocha Grocery made a family Simcha and in attendance was his brother-in-law who happens to be a manager at ''K.J. Meats'' (AKA SATMAR MEATS). His brother-in-law happened to ask him ''where did you get these chickens from''? He answered ''from my shelves''. The brother-in-law then asked him ''how could Shevach be selling chickens if we (KJ Meats) stopped selling them product ?'' The brother-in-law then said ''he must have had old stock''.

The owner of Hatzlocha also found out that Vineland had stopped selling him chickens as well.

The owner of Hatzlocha went into the store the following morning and noticed that the shelves were freshly stocked. He approached the owner of Shevach & asked him ''since Vineland & KJ Meats stopped selling you product, where are these chickens coming from?'' The owner of Shevach answered that ''I buy from some other distributors''. It was then verified that the owner was LYING and that he never purchased from those ''other'' distributors.

The local Rabbonim were contacted, amongst them the Skverer Dayan who paskned that an immediate search of his refrigerators would be done.

A search that was done that night turned up some shocking evidence: CASES OF NON-KOSHER CHICKENS!!

Many of you might be wondering how that determination was made. There are a few reasons. #1-Kosher chickens are very yellow & these chickens were extremely pale. #2-Kosher chickens have feathers still on the skin at the time of purchase & these had none. #3-When a chicken is kashered all of the insides of the chicken are removed. These chickens were in possession of their kidneys still. #4-There was no trace of salt on the chickens. #5-No stamp or seal from any kosher butcher were on the boxes.

After confronting the owner of Shevach Meats for an explanation, he admitted to the Rabonim this story: He claimed that those chickens that were found were sold to him by a truck driver of Nassau Distributors on the black market - but was reassured by the NON-JEWISH truck driver that the chickens were kosher; from a fire that Empire Chicken Company had recently had.

This is where the story ENDS. All other stories that are going around are FALSE.

There was a meeting which ended today at approximately 5:00 pm at which 20 Rabbonim from Monsey were in attendance. This included both Chassidih and Litvish Rabbonim. The purpose of the meeting was to issue a UNITED P'sak for the entire Monsey community.

The P'sak will not be signed by the Rabbonim until Rabbi Breslauer reviews it. Unfortunately he is out of town and will be unable to see it until tomorrow morning.

This is basically what the P'sak says: All chickens AND meats which were purchased on or after Tuesday and Wednesday (August 29th & 30th) cannot be used. Any Kailem (cooking utensils) in which chicken or meat which was purchased on those two days [and after] was cooked in must be Kashered! Anyone who cooked Chicken or meat which was purchased before those two days should consult their own Rov for a P'sak Halacha on what they should do.

(The reason for consulting your own Rov as what one should do if chicken or meat which was purchased PRIOR to last Tuesday & Wednesday is based on a Machlokes between the Shach & the Taz as to when a person loses his ''Chezkas Kashruth'' in such a case.)

In addition, Hatzlocha Grocery is issuing a complete refund for all meat & chicken that is returned to the store no matter what the date.

(In a related issue, a few people had been complaining that their chicken soups had been tasting bland for the past few weeks to which they were told ''we are using low sodium''.)

http://www.theyeshivaworld.com/?p=2684




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2006 01:34 לינק ישיר 


תשוח"ח פאר מהגוני פון בחדרי חרדים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הצלחה מאנסי, טריפה פלייש כשר געפאקט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext