| נשלח ב-6/9/2006 06:59 |
|
| |
ערשטע וועכנטליכע צייטשריפט - תבא
דער עולם ווארט שוין מיט שפאנונג צו זען דעם נייעם וועכנטליכן צייטונג וואס וועט מארגן זיין אין די געשעפטן, און לויט ווי מען שמועסט איז דא וואס צו ערווארטן און עס גייט זיין שטארקע סורפרייזעס.
מארגן אינמיטן טאג וועל איך אייך געבן א אפשאצונג און אנאליז איבער דעם נייעם צייטונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2006 00:06 |
|
| |
פון וואס איז די רעדע?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2006 09:48 |
|
| |
די רעדע איז פון א אידישער צייטונג בצורת "משפחה", ד.ה. עס וועט זיין 5 חלקים ווי פאלגענד:
1. "צייטשריפט" [מאגאזין, אזוי ווי "משפחה" פאר די אקטועלע זאכן אזוי ווי דברים העומדים על הפרק וכדומה] 2. מאגאזין "דער שטערן" [וואס האט זיך פאראייניגט מיט די נייע "צייטשריפט" (מער לענגערע באשרייבונגן איבער היסטארישע זאכן וכדומה)] 3. "פאמיליע צייטשריפט" [מאגאזין פאר פאמיליע אנגעלעגנהייטן, אזוי ווי "בתוך המשפחה" פון "משפחה"] 4. "קינדער צייטשריפט" [כשמו כן הוא] 5. "צייטשריפט" [צייטונג, אזוי ווי די "חדשות משפחה"]
די אויבנדערמאנטע האב איך געשריבן לויט ווי זיי האבן פארעפענטליכט אין די לעצטע אויסגאבע, ס'קען אבער זיין לעצטע מינוטיגע ענדערונגן...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2006 01:24 |
|
| |
אלזא, איך בין אין מאנטריאל [-ענדליך...] און איך וויל קויפן די ערשטע וועכנטליכע 'צייטשריפט', אבער ס'קאסט צו טייער... מ'רעכנט דא $8.75 פאר א קאפי... איך האב עס צוריק געלייגט... אויב ווילט איר מצליח זיין "אינטערנאציאנאל" דארפט איר זעהן אז ס'זאל זיין פאר א מעסיגע פרייז... קיינער וועט נישט צאלן קיין $8.75 פאר א וועכנטליכע צייטונג, בדוק ומנוסה! די מאקסימום וואס מ'קען בעטן איז 5 טאללער, און דאס איז שוין אויך אסאך, אנדערש וועט עס קיינער נישט קויפן!
געדענקט! די עיקר הכנסה פון א צייטונג איז די אדווערטייזמענטס... נישט די פאר גראצעס וואס דער לייענער באצאלט... און ווי מער לייענער איר וועט האבן, וועט מען מער אדווערטייזן...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 21:40 |
|
| |
איך וואלט פארגעשלאגען א פלאן פאר די צייטשריפט אז זיי זאלען אויפנעמען אינוועסטיגעיטיוו ריפארטערס.
אזוי אז ווען עס קומט אזא מעשה ווי די פלייש זאלען זיי זיך אריין לייגען אין די מעשה און אויספארשען אלע לגיונות וואס דרייען זיך ארום און אלע פאקטען וואס עס איז פארהוילען פונעם ציבור.
עס איז א שעת הכושר אפילו פאר א צייטונג אנצוהייבן א דרינגליכע אינוועסטיגעישאן וואס עס טוט זיך און די וועלט פון השגחת און כשרע מאכלים.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 22:27 |
|
| |
שושנת,
איך האב גראדע אויך געטראכט די זעלבע, און אויך געהערט פון אנדערע, אז כאטש עס איז ווערד מער ווי א פינעווער, איז אבער שווער ארויסצונעמען פון טייסטער אזא סכום יעדע וואך.
איך וואלט אויך ענדערש געוואלט, אז אנשטאט ארויסגעבן דעם צייטשריפט אויף אזא פארמאט, זאלן זיי זיך ענדערש מצמצם זיין אויף א געהעריגן צייטונג יעדע וואך, און יעדן חודש ארויסקומען מיט א דיקן צייטשריפט.
ווערביןאיך,
גאנץ א גוטער איידיע. אויב האסטו געזען דעם צייטשריפט די פארגאנגענע וואך, און האסט געליינט אנדערע צייטונגען, האסטו געקענט באמערקן א ריזיגער דיפערענץ אין דעם וועג ווי זיי האבן באריכטעט די נייעס.
אין קורצן איז עס געווען בערך אזוי,
די צייטונג, האט עס געשריבן קורץ און צום דבר.
דער איד, האט זיך סתם ארויסגעדרייט דערפון, אנגעבנדיג אז דאס געהערט פאר די רבנים אין שטאט דן צו זיין...
דער בלאט, האט אנגעפילט א שטויס מיט זייטן, הויפטזעכליך אז פפון די מעשה קען מען זען אז מען ברויך קויפן נאר אין זייער פלייש געשעפט...
אנדערש האט דער צייטשריפט עס באשריבן, מיט אינטערוויוען פון פארשידענע פערזענליכקייטן, איבערהויפט מיט די דריי גרויסע אין די השגחות ליין, ר' הלל וויינבערגער, נירבאטור, און ר' יושע כ"ץ.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2006 22:42 |
|
| |
אמת און פארדעם האב איך זיך געוואנדן צו זיי
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2006 00:57 |
|
| |
געזעהן די צייטשריפט
הערליכע ארבעט!
איינער האט געמוזט אררין לייגן א ים מיט געלט אין דעהם, סזעט זיך אהן
|
|
|
|
|