א שאלה אויף רש"י אין סוכה
און פרק החליל שמועסט די צווייטע משנה ווי זאוי עס האט אויס געזעהן "שמחת בית השואבה". אינס פון די פרטים איז אז עס
איז דארט געווען 50 אמה'דיגע הויכע מנורות וואס האט לעכטיג געמאכט יעדען הויף אין ירושלים.
רשיז"ל איז מסביר, איז די מנורות זענען געווען הויך, און הרב הבית איז געווען הויך, און די חומה מזרח פון "עזרת נשים" איז
געווען נידריג - אזוי עס ווערט געברענגט אין יומא טז. - קומט אויס אז עס האט אריינגעשיינט אין יעדער הויף אין ירושלים.
וואס שטייט אין יומא?
דארט רעדט מען פון פרה אדומה אז די כהן וואס האט געשפריצט די בךוט האט געמוזט קענען מכון זיין פתח ההיכל, וועגן דעם
איז די חומה געווען נידריג. וועלכע חומה? זאגט רש"י: די חומה וואס איז אריין געפירט צו חיל (ד.מ. די חומת "הר הבית") וואס
דאס האט אריינגעפירט צו עזרת נשים.
פון רש"י אין סוכה איז משמע אז די חומה פון "עזרת נשים" איז געווען נידריג!
פון רש"י אין סוכה איז משמע אז די חומה פון "הר הבית" איז געווען נידריג!
וועלכע איז טאקע געווען נידריג, אין יומא זעהט מען די סיבה מיט חשבון, אז די חומת "הר הבית" איז געווען נידריג עיי"ש, (מען
האט נישט קיין נוצן אז חומת עזרת נשים איז נידריג, ווייל עס העלפט נישט ביי שריפת הפרה) און אזוי זאגט רש"י אויפן פלאץ.
איז דא 2 פראבלעמען:
1. פארוואס זאגט רש"י אז "עזרת נשים" איז געווען נידריג, ווען ער אליינס זאגט "און צייכנט" צו א פלאץ וואס דארט שטייט
פארקערט.
2. אויב איז עזרת נשים טאקע "נישט" געווען נידריג - וואס דאס האט לכאורה גורם געווען די ליכטיגקייט אין ירושלים - און די
חומות זענען יא געווען הויעך, איז אין ירושלים געווען טונקעל.
נ.ב. עס אז א מחלוקת ווי הויעך די חומות זענען געווען י"א 30 אמות, י"א 40 אמות, וי"א 70 אמות, וואס לכאורה רש"י האט אזוי
געהאלטן, ווייל הא ראי' אז נאר חומת מזרח פון עזרת נשים האט ארויס געלאזט די ליכטיגקייט, איז משמע אז די אנדערע חומות
זענען געוען העכער די 50 אמות'דיגע מנורות.
 |
|
|