בית פורומים כל העולם כולו

גאלדען פלאו: א נייע ערא (!) ביזנעס קיין פאליטיק !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/9/2006 23:40 לינק ישיר 

נגחל, די קענסט מרדכי גוטמאן, אדער די רעדסט סתם אזוי פאר פייער און וואסער.

ער איז טאקע א שטיקעל זאלי (נישט ספעציעל פארברענט) ער איז א תלמיד פון הרמ"א פריינד גאב"ד ירושלים ממילא קיין אהרוני איז ער נישט. געלט פאר קיין קארט האט ער אין לעבען נישט געגעבן, ווייל כמעט וואס ער געט נישט פאר די מוסדות, ער איז נישט קיין גרויסער ווארפער פין געלט ווער עס קען איהם.

ער געט פאר הגריח"מ פר"מ די זעלבע געלט וואס ער באקומט שוין יארען, נאך פין גערטנער'ס צייטען, און די זעלבע באקומט פאפא וכו', די אלע השגחות וועס געבען השגחה אויף גאלדען פלאו.

ער לייגט נישט קיין עדס אין ערגעץ נישט, חוץ איינמאל א יאר פאר פסח אין דער יוד, ווייל אזוי האט גערטנער איינגעפירט, ער אדווערטייזט נישט אין די צייטונג, המודיע אד"ג. אויך נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 23:45 לינק ישיר 

איך האב דאבעל געטשעקט די מעשה איז אמת ער שלעפ שוין ארים מיט זיי איבער א וואך ביז זיי האבן באשטעלט ביי נו סקווער
אבער ס'האט מן הסתם נישט מיט פאליטק נאר
גאלדען פלאו פילט זיך פשוט אז ער האט די "מענאפעלו" פין די מילך ביים היימישען ציבור, און ער האלט אז מ'דארף סייווי צוקימען צו אים, אשר על כן לאט ער זיך ווארטען, תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 06/09/2006 23:47:07



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 23:48 לינק ישיר 

די הכשר האט גארנישט מיט יח"מ פריעדמאן נאר מיט פאפא, יא יא מיר אלע פארלאזן זיך אויף פאפע רבי אז ער גיט אלע אידן מילך
שוין צענדליגער יארן אזוי, קיינער פרעגט נישט עס פארט א באן

די פראבלעם מיט גאלדען פלוי איז איבעראל אז ער טוט ביזנעס מיט איינעם וואס אנערקענט אז ער טוט איהם א טובה
ער מיינט אז יעדער איז איהם פשוט מכיר טובה
די פראבלעים זיינע גייט ווייטער ווייל אויב א קינד געוואונט זיך צו צי א מילך דאן וועט ער שוין אלעמאל דאס קויפן

דער ר מ גוטמאן איז א וואולער איד אבער א זאלי- און דאס איז א דיגמה פון א זאלי ווען איהר זיכט א פשוטער זאלי האט איהר וועם צו ווייזן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2006 23:54 לינק ישיר 

איך קען זייער גיט מרדכי גוטמאן און איך האב אים שוין צענדליגער מאל געהערט שעלטן רבינו שליט"א מיט קללות נמרצות, און איך זאג דיר נאכמאל:

די בעל בית פון גאלדן פלאו מרדכי גוטמאן איז א פארברענטער זאלי, ער האט פיינט שנאת מות די אהרונים, ער האט אסאך געלט געגעבן פאר די זאלי'ס איבערהויפט פאר די קארט.

ער איז נישט קיין גרויסער ווארפער פאר געלט אבער פאר די זאלי קארט גיט ער געלט.

ער שפילט פאליטיק מיט זיין ביזנעס מיט דעם וואס ער אדעוויטייזט נאר אינעם טמא'נעם איד, עס איז א שיינע באבע מעשה צו זאגן אז גערטענער האט עס איינגעפירט.
עס איז אזוי ווי די זאלסט זאגט אז גערטנער האט איינגעפירט אין גאלדן פלאו טייפ רייטעראון מען טוישט נישט צו קיין קאמפיאטערס דארט...

און איך זאג נאכמאל מען דארף אוועק גיין פון גאלדעם פלאו אים מאכן א דיל מיט ניו סקווער וואס איז אויך ביליגער!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 00:14 לינק ישיר 

שור,

ביסט גערעכט אז ער איז א גרויסע זאלי,
ביסט גערעכט אז ער עדווערטייזט נאר אין דער איד,
ביסט גערעכט אז ניו סקוועיר איז ביליגער,

אבער דא האט עס נישט געהאט מיט קיין פאליטיק,

ער האט פשוט געמיינט אז ער האט צייט, די אהרונים וועלן אים שוין נאכלויפן, ער איז דאך דער איינציגסטער מיט די הכשר פין התאחדות,

ווי גייט די שפריך ווארט: א מענטש טראכט און פין הימל מ'לאכט..

BTW  מ'האט אנגעפרעגט די וועד הכשרות פון קרית יואל, און זיי האבן געזאגט אז עס איז נישטא קיין שום פראבלעם אלץ די הכשר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2006 01:14 לינק ישיר 

עפעס שטימט נישט דא
יארן האט מען אין קרית יואל נישט געזען פאר די אויגן סקווער מילך
אפילו אין די גראסעריס געזאגט האט מען אז גאלדען פלוי געט עס סך ביליגער אלץ צושטייער פאר די מוסדות וועגן דעם האבן די גראסעריס אויך גענומען פון גאלדן פלאו

די לעצטע האלבע יאר זעט מען שוין נוי סקווער אין די גראסערי אבער זייער ווייניג אבער אין די מוסדות זעט מען נאר גאלדן פלאו

סאו וואס גייט דא פאר?
אפשר האט זיך געטוישט בעל בתים דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2006 17:50 לינק ישיר 

קרית יואל אין בארא פארק מוסדות נעמען שוין אויך ניו סקווער  אין מ'גייט צי זאמען אויפהאלטן א אייגענע משגיח




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2006 18:44 לינק ישיר 

געהערט פון א קראנטע מקור

די מעשה איז געווען אז ער האט געוואלט באצאלט פון פריער ווייל ער הייבט אן מיט א נייע מוסד אבער מען האט געזאגט שיינערהייט אז ער איז נישט די איינציגסטער אויפן מארק און סאיז גוט נוי סקווער אויך

צי ער האט געמיינט פאליטיק צו ער האט געמיינט געלט ווייס איך נישט

אגב עס איז דא הער איך 4 שותפים דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2006 19:35 לינק ישיר 

פאטאקי זיי נישט אזוי דום סעפענען זיך יעדן טאג אויף נייע סטארס רעסטראנטן אין קיינמאל מאכען זיי נישט קיין פראבלעמען 
אגב איז דא 2  שותפים   אבער גאטמאן  (שלעכטמאן) בעה''ב אין האט די לעצטע ווארט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2006 19:54 לינק ישיר 

פאטאקי. עס האט גארנישט געהאט מיט געלד און נישט מיט פאליטיק. נאר ער מיינט אז מ'קען קויפן נאר ביי גאלדן פלו אין ער האט געשלעפט איבער א וואךער האט געזאגט מארגן מארגן....... מיטן עפענען די אקאונט אפילו מ'האט עם געזאגט מאנטאג אז מ'דארף עס שוין אויף דינסטאג איז עם נישט אנגעגאנגן  האט מען געמיזט מאנטאג שנעל באשטעלן ביי נו סקווער דעטס איט.. יעצט איז ער שוין יא גרייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2006 01:28 לינק ישיר 

עכטע
זיך אליין פאפן ביז מ'וועט שוין אזוי אליין האלטן קומט נישט פין חכמה, איך האב גערעדט צי י.ג.
דער בייער אין גד''פ האט זיך מיט אים פשוט אין פראסט ביליג ארום געשפילט ס'איז געווען ווי מ'זאגט ''סאמטינג ביהיינד די סין''




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2006 21:06 לינק ישיר 

פאטאטע

סקען זיין ער האט געמיינט פאליטיק באט די מעשה איז אזוי געווען
און איך גלייב אז ער האט ביטער חרטה דערויף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 00:16 לינק ישיר 

פאטעטעלע פאטעטאוס זאלסטו געבן פאר א צווייטן עס איז זייער קלאר, אז דער טראק דרייווער מרדכי גוטמאן האט באקומען א גוטן לעסאן די פראגע איז נאר, אויב ער האט נישט געכאפט א פערמענאנטן שאדן מעשה שהי' כך הי' פונקט ווי מען האט געקאלט יעדן סופלייער און פונקט ווי יעדע מוסד האט סאטמאר וויליאמסבורג [76 ראטלידזש] געקאלט גאלדן פלאו צו באשטעלן א ארדער פאר מילך און אראנדזש דזשוס, מרדכי גוטמאן האט געמאכט קונצן מיט פראגן און חכמה'לען, וואס די הויכפונקט איז געווען, פרעגנדיג ווער איז גאראנטי, האט מען אים געענטפערט די מוסד און די הנהלה איז ר' מנחם גרשון, ר' אלעזר קליינבערגער, ר' שאול שמואל און ר' אלעזר סטראלאוויטש, נ נו טראק דרייווער גוטמאן האט צוריקגעקאלט אז דאס איז נישט גענוג ער דארף איינער וואס זאל אים מעלדן אלץ א פערסאנעל גאראנטאר, נוסח באנק אדער ווייסעך וואס, ווייל אלעס בילדער, סופלייער, אידן ווי גוים, אהרונים ווי נייטראלע ווי שונאים יעדער ווייסט און פארשטייט אז מען רעדט דא פון א מוסד וואס איז פעסט, וואס וועט אי"ה שטיין ביז משיח'ס טאג, און אויב די הנהלה באשטעלט עפס זענען זיי פאראנטפארטליך אבער נישט ביי דעם גראבן טראק דרייווער גוטמאן, ער דארף מער, ער דארף א פערסאנעל גאראנטאר, ער וועט ווייזן פאר די אהרונים, אז ער איז א חכם נו, וואס האט איר געמיינט, מער האט מען נישט געקאלט גאלדן פלאו, מען האט געקאלט ניו סקווער, און ניו סקווער האט פונקט ווי יעדער סופלייער און קאנטראקטאר אנגענומען דעם ארדער מאנטאג פרשת כי תבא הערנדיג - ער ליינט מן התסם נישט די בלאט - אז סאטמאר עפענט שוין, און זעהנדיג אז זיין חכמה איז געווארן איבערגעקליגט האט ער געהייסן זיין בענאק שמעון קאלן פרעגן ווי מען קען דערליווערן די מילך, ער האט שוין נישט געדארפט קיין פערסאנעל גאראנטי, אבער זיין עיקר פראבלעם איז, אז מען האט א פראבלעם טראכט מען פון עצות און ווען סאטמאר האט געהאט א פראבלעם, האט מען געטראכט פון עצה און איין עצה איז געווען, אז סאטמאר זאל אנהייבן געבן השגחה אויף ניו סקווער מילך, צו מיט דעם נאמען צו מיט אנדער נאמען, - ניו סקווער מילך האט דאס שוין פארגעשלאגן פאר א צייט צוריק - און יעצט איז עס צוריק אויפגעקומען, און נאכמער אז אלע סאטמארע מוסדות וועלן נעמען אינאיינעם, פאר א גוטע פרייז, און אויך אז די עלטערו וואס שיקן די קינדער אין סאטמאר וויליאמבורג, בארא פארק קרית יואל וועלן אויך אנהייבן טרינקן מילך מיט די השגחה פון סאטמאר, דאס איז יעצט א שטארקע מעגליכקייט און אויב דאס וועט זיך אויסארבעטן וועט מרדכי גוטמאן קענען דאנקן זיך מיט זיין רעבע ר' זאלישל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 00:57 לינק ישיר 

עס האט מיר איינער געזאגט וואס האט געכאפט א שמועס די לעצטע טעג מיט הרה"ח ר' מרדכי גוטמאן הי"ו, און האט עם אנגעפרעגט אויף וואס עס טוט זיך.

האט ער עם גענטפערט אזוי, "די אהרונים אינטערנעט שרייבן ווי עס טוט זיי נישט ווי אז זיי האבן נישדט קיין מילעך פון מיר, אבער פאר מיר פערזענליך וויינען זיי און בעטן זיך מיט אלע מינע הפצרות, שיק אונז מילעך, איך האב זיי גענטפערט, איך באהאנדל אייך פונקט ווי סאטמאר, גוט מיר א פערסנאל גראנטירער וועט אלעס זיין און ארדענונג".




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2006 01:34 לינק ישיר 

מען בעט ווער עס האו א השפעה אויף גאלדן פלאו זאל צוליב טאן און זיך בעטן בתחנונים ער זאל אונז געבן מילך

אולי יחוס!...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גאלדען פלאו: א נייע ערא (!) ביזנעס קיין פאליטיק !
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.