די באס סטאפ פארנט פון בעדפארד גארדנס איז האלב ליידיג, דארטן וואו 8:15 אינגערפרי פלעגן שטיין א קיימ"ל פון 30-40 קינדער ווארטן היינט נאר א קנאפע 15 אינגלעך וואס זענען נארוואס אהיימגעקומען פון מחנה רב טוב,
-וואו איז חזקי' פייבל? זיי זענען נאכנישט אהיימגעקומען פון קאנטרי?
- שאר, ער גייט נאר און די נייע חדר
-מיינסט עס ערנסט? ער האט מיר געזאגט אז זיין טאטע איז אפילו נישט קיין ארוני?
-וועגן ער האט מורא געהאט פון זיין רבי, געדענקסט נישט וויאזוי זיין רבי האט אנגעבראכן מאיר הערש ווייל ער האט געקאלט קול חוצב צו הערן אהרן'ס של"ס תורה?
אן אנדערע באס דרייווער ערשיינט, אין ווידער חזר'ט זיך איבער די זעלבע שמועס
-וואס איז געשעהן מיט וויטריאל? ער איז אויך געגאנגען צו די ארוניס?
-יא, ער איז א פארשטינקענע ארוני, זיין זוהן איז שולדיג אויף אינזער פלאפ און מאנרא כ"ו אב און שבת ווען דער רבי איז דארט געווען
-וועלכע רבי?
-דער רבי שליט"א ר' זלמן לייב
-עטס רופטס אים דער רבי?
-יא, ענק נישט?
-עה, מיין טאטע גייט אפילו קיינמאל נישט צו אים, ער זאגט "ער איז גיט צו שטויסן אהרן"
מ'קומט שוין אן און טרופ עוו. הערט מען צווישן אנדערע אויסרופען "אלע קינדער וואס האבן געלערנט ביי ר' דוד הערש מערץ גייען אריבער צו רמי"ה'ס חדר רום 302"
-א גוט מארגן אלע קינדער, יעדער זאל זיך צאמרוקען דא אויף די רעכטע זייט פון די קלאס און מאכן פלאץ פאר די נייע קינדער, חשוב'ע קידערלאך! קיינער זאל אוודאי זיך נישט שפירן געטראפן אז אזוי סאך יונגלעך זענען נישט צוריקגעקומען,
וויסן זאלט עטץ טייערע קינדער, אז זייערע טאטעס זענען ליידער נישט בייגעשטאנען דעם שרעקליכען נסיון וועלכע האט געבוזשעוועט און די לעצטערע וואכן און חדשים, און זיי זענען נעבעך אריינגעפאלן און די נעגל פונעם שטן רח"ל
אבער פון דער אנדערע זייט ברויך מען זאגן, ברוך הוא אלוקינו שהבדלנו מן התועים, וואס מיר זענען ב"ה פארבליבען דא און נישט געווארן מיטגעשלעפט מיט'ן שטראם, אפי' ס'איז טאקע קליין און צאל, אבער די וועלט זאגט דאך "קלענער דער עולם גרעסער די שמחה" (חיזוק?)
ביי לאנטש און הויף
-א שאד אז אינזער אלטע רבי איז אוועק געגאנגען, ער איז געווען די בעסטע רבי פון כתה ח'
-איך ווייס, אבער מיין טאטע האט אים קיינמאל נישט געקענט דערליידן, ווייל ער פלעגט יעדע וואך זאגן תורות פון ברך משה
-סא, וואס איז שלעכט?
-די ווייסט ווער ס'האט עס געמאכט?
-ניין, ווער?
-די אלטע רבי וואס איז נפטר געווארן נאך פסח, און די אהרונים האבן אים געלייגט לעבן די רבי ז"ל
-יא, ער? איך האב געזען כ"ו אב, און איך האב געהערט ווי די נייע רבי רמ"י זאגט שטילערהייט פאר ר' משה דער מנהל "היי יאר קען איך גארנישט אינזינען האהן ביי תהילים, מסתמא וועגן דער ה..ט ליגט דא" (עפ"ל)
תוקן על ידי - mefikel - 06/09/2006 23:52:31