סיגוטער קענען נישט ארויסווארפן רבינו שליט"א פון קאלעדזש פראגראם
די וואך זונטיג איז געווען א מיטינג פון די בארד פון AARTS, וואס נעמט קעיר אויף אלע
ארטאדאקסישע קאלעדזשעס אין גאנץ אמעריקע, און וואו כ"ק רבינו שליט"א איז איינער פון די רבנים
אויף די "באורד אוו דיענ'ס", און יעקב שמעון כהן איז דארט אנגעקומען מיט א באמבע.
נישט מער נישט ווייניגער, היות דער סיגוטער איז ממלא מקום פון זיין טאטע, במילא דארף מען
ארויסווארפן רבינו שליט"א פונעם באורד אוו דיענ'ס און אריינלייגן אנשטאט דעם סיגוטער, ווייל
ער עסט די עכטע קוגל פון די זעלבע מחללי שבתות וואס זיין טאטע האט סוף ימיו באקומען, און ער
איז דער רעכטער 'סאטמארער רבי'.
ער האט זיך גאר אויפגעטון אז דער סיגוטער איז א מחמיר, און ער עסט שוין יעדן ליל שישי טועמי',
פון די פיינע גרילד סטעיק פון דעם קדוש יעקב בער'ס שיריים.
אבער דער באורד אוו דירעקטאר'ס האט אים איינגעמאלדן אז דער סאטמארער רבי איז געווען און וועט
בלייבן אויפן באורד מצד סאטמאר, און ס'וועט זיי נישט העלפן קיין שום משוגענע טענות פארוואס
אים אויפצוזאגן און אים אויפטוישן מיט א אויסגעפאשעטן עגלה ערופה.
ס'איז געבליבן אז די סיגוטער גייען פרובירן אז ער זאל כאטש באקומען דעם סיגוטער בענקל וואס
איז שוין ליידיג יארן לאנג צוליב די געוואלדיגע עניוות פונעם סיגוטער וואס האט זיך נישט
געוואלט אנשטרענגען און לערנען א אידיש ווארט, אויס מורא אז ער וועט ווערן אפשר א תלמיד חכם,
און דאן וועט ער שוין נישט קענען אפטון די אלע שייגעץ שטיק און פרעסעריי, צוליב "המאור שבה
יחזירנו למוטב".
 |
|
|