די קאלובער זיידע האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט תנאים ליינען, די רבי האט צוריק מכבד געווען דעם קאלובער, דער קאלובער האט געליינט תנאים.
די תורה איז געווען עפעס פלאות מער ווי געווענליך.
ביים סיום האט דער רבי זעך זייער צ'וויינט אין מיט א קול בוכים געשטיקטער הייט געזאגט, אז עס איז דער ערשטער תנאים נאך די פטירה פינעם הייליגער טאטען, איך האב געהאפט אז איך וועל נאך א זכיה האבין אז ער זאל זיך משתתף זיין ביי מיינע שמחות, אבער מיר האבין נישט זוכה געווען, אבער עס שטייט דאך ישמח ישראל בעושיו וכו' יעצט איז ער זיכער דא, ס'איז נישט דא ווער עס זאל איהם שטערן פין קומען, די אלע וואס האבין געשטערט בחיים חיותו וכו'
|
|