בית פורומים כל העולם כולו

זאליס מעלדן זיי "גייען" ארויסגיין פון קאורט אין ב"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/9/2006 01:53 לינק ישיר 

די בדי"צ האט נשיט געהייסן צוריק ציען די פאפירן פונעם "רשם החברות", ווייל דאס איז בכלל נישט קיין שום מסירה, עס איז גוט צו פארקויפן פאר אן אלטע באביטשקע.

כ"ק גאב"ד ירושלים האט געשריבן די שארפע בריוו פאריגע וואך פאר מר. מענדל וואלערשטיין ער האט אראפ גענומען די טיטל ר' פון אים, ווי ער שרייבט אים אז ער דארף ארויס גיין פון קארט תיכף ומיד.

דערווייל האלט ער נישט ביים ארויסגיין פונעם ציוניסטישן בג"ץ, חיים צבי טייטלבוים מיט משה גבאי לאזן נישט בשום אופן, די איינציגסטע זאך וואס ער האט געטאן איז, אז זיין לויער האט געשריבען א בריוו אז ער גייט עס איינפרירן די מסירות, אבער דערווייל האט ער גארנישט געטאן ווייטער.

פריערע אין טאג איז געווען אן אסיפה ביי כ"ק גאב"ד ירושלים ווי מרן הגאב"ד האט געהערט ווי עס האלט, און ער איז אויפגעשוידערט געווארן מיט וואספארא ליגענטס און שקרים חיים צבי ט"ב פירט אים ארום אז זיי זענען שוין ארויס פון קארט, מרן הגאב"ד שליט"א האט אנגעריפען חיים צבי אין ער האט אים געזאגט איך האב פארלאנגט ארויסגיין פון קארט, די האסט מיר געזאגט אז מען איז נעכטן ארויס פון קארט, אבער עס איז שקר וכזב.

טאמער מארגן ברענגט מען מיר נשיט קיין צעטעל אז וואלערשטיין איז ארויס פון קארט דעמאלס וועל איך טאן למעשה אזוי ווי עס פארלאנגט זיך פאר א מסרב.

חיים צבי האט זיך פרובירט איינצוטאנען מיט אים אבער מרן הגאב"ד שליט"א האט זיך נישט געלאזט און געבליבען ביי דעם.

יעצט האפט מען אז מארגן וועט וואלערשטיין ענדליך פאלגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2006 02:16 לינק ישיר 

א געבעקס פון "שור שנגח"

דער ביד"ץ האט געהייסן מקפיא זיין, און דאס האט מען געטאן, מ'האט געגעבן אן הסכמה פאר'ן צד השני צו מקפיא זיין, אבער דער צווייטער צד האט נישט מסכים געווען דערצו.

די אהרונים זענען זייער זייער אנגעזעצט און זיי ווילן נישט גיין צו קיין בוררות מער.

די אהרונים ובכללם שור שנגח באהאלטן דעם פאקט פונעם ציבור.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס מעלדן זיי "גייען" ארויסגיין פון קאורט אין ב"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext