סיגוטער מאכן שפיצל פארן קאורט
נאך די מעכטיגע דורכפאל פון די סיגוטער אין קאורט פאריגע וואך ביי ריכטער דעמארעסט, ווען זיי האבן געמוט הייסן שעק זיך באהאלטן און נישט אנקומען ביז זיי קומען אויף מיט א נייע סטראטעגיע, זיצן יעקב בער און שלום דייטש ביים סיגוטער און קראצן זיך די ליידיגע קעפ אויפצוקומען מיט א פרישע סטראטעגיע. לויט אלע ווארשיינליכקייטן זענען זיי אויפגעקומען מיט עפעס א נייעם מהלך, און לכבוד דעם האבן זיי געמאכט א שפיל כאילו א סאטמארער האט אונטערגעצינדן די סיין אין ראסס סט. שול פון דאקטאר שפיצער. פונקט יעצט, ווען די מאראל אין סאטמאר איז אין די העכסטע ספערן ביים געלונגענעם עפענען די מוסדות און בויען די נייע ריזיגע שול, פונקט יעצט איז איינער נייגעריג אויף דאקטאר שפיצערס סיין... עפעס ווילן זיי באקומען לכבוד דעם פון געריכט. (לצים זאגן אז דאס איז גראדע נאכווייען פון א נישט געלונגענע גריל, וואס יעקב בער האט געמאכט סמוך ונראה צום סיגוטער, אז ס'זאל נאך אנקומען גענוג פריש. אבער ס'קוקט מער אויס אז ס'האט שייכות מיט געריכטליכע אנגעלעגנהייטן).
|