די שטאט בני ברק, אין פיסטריט פין קרית יואל
אין בני ברק, גרייט מען זיך איצט איינציפירען א נייע תקנה אז קליידער פין נשים זאל דארף האבן א הכשר דהיינו אז א סטאר וואס וויל פארקויפן קליידער, מיז ער האבן א הכשר אז ער פארקויפט נאר כשר'ע קליידער
אין קרית יואל האט מען אפאר יאר צירוק איינגעפירט אזא תקנה אויף א קלענערע פארנעם אז מיידלעך אין סקול מעגן נאר קימען מיט כשר'ע קליידער, דהיינו זיי מיזען טראגן זייער קליידער צי א מומחה וואס זאל באשטעטיגען אז די קליידער איז כשר, מען האט דעמלאטס באשטיט עטליכע פרויען איבער צי קיקען די קליידער פין די מיידלעך, אין זיי פלעגן געבן אזא טעג, ארויפצינייען אין די בעג נעבן די סייז, אז די קלייד איז כשר
אינטערסאנט, כ'האב שוין לעצטענס נישט געהערט דערפין, ווייסט איינער צי די תקנה גייט נאך אן??
בכל אופן, איז אינטערסאנט צי זען צי אזא תקנה קען ארבייטען, דאס איז זיכער אז די פרייע שעלטן שוין אפילו אויף די מחשבה דערפין
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2036414
|
|