בית פורומים כל העולם כולו

אסיפת הנהלת העדה: שלום מיט בעלזא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/9/2006 04:16 לינק ישיר 
אסיפת הנהלת העדה: שלום מיט בעלזא



טייל מיטגלידער פון די הנהלת העדה החרדית טוען די לעצטע צייט צו מאכן שלום מיט קהלת בעלזא, נאכדעם וואס כ"ק מרן פוסק הדור רבי שמואל הלוי וואזנער שליט"א לייגט די לעצטע צייט א שטארקע לחץ אויף די הנהלת העדה אז די זאך זאל שוין ענדליך צושטאנד קומען.
הרב החסיד ר' שלמה פאפנהיים שליט"א איז געווען אין אמעריקא די לעצטע שטיק צייט, און ער האט שטארק געטאן איבער די ענין, די זאך האט זיך אנגעהויבען צו רירען און עס האט אנגעהויבען צו פארן.
היינט האט די הנהלת העדה געמאכט א מיטונג דערוועגן, און מען האט זיך שטארק געאמפערט איבער די ענין, מיט קולי קולות האט אפרים שטערן מיט זיינע זאלי קלאגען באפאלען ר' שלמה פופנהיים אז ער וויל מאכן די שלום.
ר' שלמה האט אים שנעל שטיל געמאכט, און אים געזאגט איך בין יעצט געווען אין אמעריקא און איך בין געווען ביי דיין רבי זלמן לייב, נאכדעם וואס ר' חיים יושע באב"ד האט גרעדט צו אים, און ער האט מיך געזאגט אז ער האט גארנישט דערקעגן אדרבה ער איר אויך מסכים, און ער האט געזאגט ר' חיים יושע גיט מיר אסאך געלט און ער האט מיך אפגעראטעוועט די נייע ביהמ" דאויף ווילסאן פון די אהרונים איך קען אים נישט מעיז פנים זיין.
אזוי אויך בין איך געווען ביי משה גבאי און ער האט מיר אויך געזאגט אז ער האט גארנישט דערקעגן און ער איז אויך מסכים.
ר' יעקב ראטה שליט"א האט זיך אנגערופען ווער איז משה גבאי וואס רעדסטו פון א טויטע מענשט, ער וועט די עדה נישט פירן מיר פרעגן אים ממילא נישט וואס צו טאן.
אפרים האט אנגעהויבען צו שרייען די מחוצף משה גבאי איז בעל הבית און אים דארף מען פאלגן.
ר' שלמה האט זיך אנגערופן נא דעמאלס וואס פארפירסטו און די פאלגסט אים נישט...
אפרים האט געשריגען משה גבאי פארשטייט נישט אלעס מען דארף אים נישט אלס פאלגן.
אזוי איז די גשפרעך ווייטער געגאנגען, ביז עס איז באשלאסן געווארן אז מען גייט מאכן נאך א מיטונג דערוועגן בקרוב.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אסיפת הנהלת העדה: שלום מיט בעלזא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext