| נשלח ב-13/9/2006 08:33 |
|
| |
שלום צווישן עדה החרדית מיט בעלזא אפדעיט
יעדע שטיק צייט קומט ארויף די נושא אז ס'איז שוין געקומען צייט צו מאכען א שלום אפמאך צווישען בעלזא און עדה החרדית.
געווענליך ווען די גאס איז געוואור געווארען דערפון, זענען שוין געווען אזאלכע וואס האבען זיכער געמאכט דאס צו פארמיידען, יעדער פארשטייט זיך מיט זיינע אינטערעסען.
איך גיי נישט אריין בנוגע די תועלת פון די שלום און ווער עס וועט פארדינען דערפון.
דאס מאל איז געפירט געווארען די געשפרעכען שטארק סודות'דיג, און עס האט שוין אויסגעקוקט אז אט אט גייט עפעס ווערען דערפון.
אזוי ווי ביז אהער, זעט אויס אז דאס מאל וועט אויך נישט זיין קיין תוצאות פון די פארשלאגן און אפמאכן.
קראנטע מקורות געבען איבער אז די סיבה דערפון איז די גאב"ד הרב טוביה ווייס שליט"א.
הרב ווייס האט זיך אויסגעדרוקט, קודם זאל מען מאכען שלום מיט סאטמער און דערנאך קען מען טראכטען פון בעלזא.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2006 06:28 |
|
| |
ס'וואלט אפשר געווען כדאי צו 'מעגן' זיין דעם אשכול, ווייל ממילא בערך יעדע זעקס חדשים קומט נאך אמאל ארויס דער שרעקליכער גרויזאמער סוד פון די 'קריגס פארברעכער' וואס האבן זיך געוואגט טראכטן אדער זאגאר רעדן איבער א מעגליכע שלום (ה' ירחם הס מלהזכיר רח"ל מהאי דעתא) און בדרך כלל קייט מען איבער די זעלבע שטותים והבלים, יעדעס מאל, ס'איז פשוט א שאד פאר די ארבעט... איך מיין נישט דוקא דא, איך מיין בעיקר אין בחדרי חרדים.... פארוואס זאל מען זיך יעדעס מאל דארפן מוטשען איבער טייפן די זעלבע טעקסטן? מנהלים ביטע נעמן אין אכט...
א דאנק.
והשי"ת ישכין שלום ושלוה במחננו.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2006 21:04 |
|
| |
שושנת, לכאורה האסטו געמאכט א טעות. מ'דארף עס שמירען אזוי: X אין יוונית ווערט אנגערופן די אות X כ"י (CHI) און אזוי האט מען געשמירט די שמן המשחה, (ס'איז דא וואס האבן געעפנט די ווארט כ"י פאר א ראשי תיבות פון כ"ף יוונית, אבער אין אמת'ן קומט עס כ"י יוונית)
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2006 17:54 |
|
| |
איך האב א שוועסטער קינד אין מאכניווקא האט ער מיר דערציילט אז ווען מען האט גירעדט וועגען שלום צווישען בעלזא אין מאכניווקא, האט בעלזא נישט מסכים גיוועהן אז מאכניווקא זאל זיך רופען בעלזא-מאכניווקא, אין וועגען דעם איז עס גיווארען אויס שלום.
און אין די לעצטע פאר וואכען לייגט שוין "דער איד" נישט אריין בעלזא-מאכניווקא נאר מאכניווקא אליין, ווייל עטליכע בעלזא אדווערטייזערס (ווי אייז קרעם, טעיפס, באזז עלעקטראניקס, העד סטארט אדג.) האבען גיסטראשעט אז אויב דער איד שרייבט בעלזא-מאכניווקא, וועלען זיי נישט אדווערטייזען.
ווי אזוי זאגט די וועלט , קודם מאך שלום אינדערהיים ,נאכדעם קענסטו גיין אין גאס...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2006 18:58 |
|
| |
קודם דארף מען באגריסן דעם חשובן ניק "שושנת_יעקב", וועלכער האט אזוי שיין ארויסגעברענגט און מסביר געווען, פון זיין קוק ווינקל, די גרויסקייט פון זיין רבי'ן. זייער שיין באשריבן. זייער גוט אראפגעלייגט. והאמת ניתן להאמר, אז פון זיין זייט, אלס א בעלזער חסיד, איז ער הונדערט פראצענט גערעכט!. אבער דער אמת איז, אזוי ווי איך האב אים שוין איינמאל געשריבן אין אן אנדער פורום, אז אט גענוי אזוי ווי ער שרייבט און האלט פון זיין רבי'ן האלט יעדער חסיד אויף זיין רבי'ן. נעם למשל א ביישפיל א סקווירער אדער א וויזניצער חסיד און כאפ א שמועס מיט אים, וועסטו הערן פון אים אויף זיין רבי'ן גענוי דאס זעלביגע ווי "שושנת יעקב" שרייבט אויפן בעלזער רבי'ן.
די פראגע איז נאר: וואס איז דער אמת? ווער איז גערעכט? דער תי' איז, אז איעדער איז גערעכט!..., יעדער חסיד אין זיין מצומצמ'דיג ווינקל האלט אז זיין רבי איז ממש א כליל המעלות, הן בין אדם למקום והן בין אדם לחבירו, אזש אפי' אים צו באטיטלען אלס דער... רבן של כל בני הגולה. ולאמיתו של דבר איז ער אפשר טאקע גערעכט, ווייל לויט ווי א חסיד - אין זיינע ד' אמות - קוקט אן און באטראכט זיין רבינ'ס הלוך ילך, דוכט זיך אים באמת אויס אז עס איז ממש ממש אין דוגמתו.
דאס איז בנוגע "שושנת יעקב".
==== בנוגע דער שלום פון בעלז, דארף מען קודם כאפן א בליק אויף צוריק, אויפן דעמאלסדיגן מצב, סיי אויפן דעמאלסדיגער מצב אין בעלז און סיי אויפן דעמאלסדיגן מצב אין די עדה החרדית און אין סאטמאר.
מיט א 27 יאר צוריק, נאך די פטירה פונעם סאטמאר רב זי"ע, איז פון איין זייט געשטאנען דער בעלזער רב שליט"א וועלכער איז נאך דאן געווען א אינגערמאן מיט אינגע בלוט, און פון די אנדערע זייט איז אין סאטמארע הנהגה דאן אריינגעקומען מיט פרישע כוחות דער ברך משה זצ"ל, וועלכער האט אין די מלחמה מיט בעלז געפונען א מקום און א פתח זיך צו בויען זיין רעפיוטעישן אין סאטמאר, און מיט דעם געווינען אינערליכע רעספעקט בתוככי סאטמאר. פארשטייט זיך אז וויבאלד ביידע צדדים זענען געווען אנגעגארטעלט מיט פרישע כוחות זענען פון ביידע זייטן געפלויגן מענטשליכע ווי אום מענטשליכע פיילן צוגלייך. די עדה החרדית איז נישט געווען מער ווי א צוקוועטשטער קארטאפל אינדערמיט, פארוואס? ווייל למעשה איז די מלחמה צווישן בעלז און סאטמאר געווען אזא מעבר לים'דיגע מלחמה, בעלז אין א"י און סאטמאר אין אמעריקע, די עדה החרדית, זייענדיג סטאנציאנירט נאנט צום שונא, האט אריינגעכאפט אסאך איבריגע קוילן וואס זענען געשאסן געווארן און זענען באמת געווען געצילט קיין אמעריקע.
ושניים יסעו... אצינד נאך א תקופה פון זיבן און צוואנציג יאר, ווען ביידע צדדים זענען שוין דורך א וועלט מיט געשענישן, און עס בלאזן אנדערע ווינטן, הן אין בעלז, וואס דער רב שליט"א איז עלטער געווערן מיט א צוואנציג-דרייסיג יאר; בנוסף לזה וואס ער מאכט אסאך מיט קערפערליכע שמערצן, והן אין סאטמאר - וואס דעם ברך משה זצ"ל טאקע געלונגען צונעזאם צונעמען סאטמאר אנטקעגן בעלז און ארויסהעלפן די עדה החרדית, אבער אין משך די יארן האט זיך די זאך אביסל איבערגעדרייט. ווען דער ברך משה זצ"ל האט געהאט זיינע אינערליכע פראבלעמען איז די מעשה געגאנגען פארקערט, ער האט גענוצט די עדה החרדית זאל אים אביסל קומען צו הילף מיט כסדר'דיגע בריוון און חתימות וכו'.
ובא הכתוב השלישי, למעשה היינט צו טאגס, אין משך פון די יארן, האט זיך די עדה אביסל געשטעלט אויף אירע אייגענע פיס, זי איז שוין אביסל זעלבסט שטענדיג, זי דארף שוין נישט אזוי אנקומען צו סאטמאר ווי אמאל, און אדרבה סאטמאר דארף היינט מער אנקומען צו די עדה בנוגע אירע אינערליכע פראבלעמען ווי די עדה דארף אנקומען צו סאטמאר... דעריבער, אויב האנדלט זיך דאס איבער א שלום פון בעלז מיט די עדה החרדית, זע איך נישט וואס די עדה זאל זיך דארפן רעכענען מיט סאטמאר.
און בנוגע די עדה זעלבסט, זעה איך נישט קיין מקום פון שלום, ווייל עס איז שוין נישט דא קיין מחלוקת! שלום קען מען נאר מאכן מיט איינעם וואס מען קריגט זיך, קריגט מען זיך נאך היינט?
די גאנצע זאך קוקט מיר עפעס אויס ווי א: "שלום סימבאל" איז די פראגע וואס וועט זיין נאכדעם וואס דער שלום סימבאל וועט ארויפגעשטעלט ווערן? וואס וועט זיך טוישן? וואס וועט דאס עפעקטן? לדעתי, גארנישט!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2006 23:12 |
|
| |
איך בין נישט קיין עקספערט אין די מחלוקת, אבער למעשה האבן זיי צוויי באזונדערע בתי דינים, נישט אזוי? וועט מחזיקי הדת מיט די עדה החרדית ווערן איינס? איין שחיטה? וכדומה..
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|