יעצט ווען עס הייבט אן ארויס צו קימען אין די עפענטליכקייט וואס דא איז פארגעקימען, ווערט מען געוואיר אז די קלים וריקים די צוויי שיתפים לדבר עבירה הידועה לשמצה וואס זיי האבן נישט געקענט אויסהאלטען אז די מוסדות פאפא האט אינז פארדינגען א בילדונג, ה"ה די אויבערדערמאנטע גאלדבערגער - מענצער קאמפעני, האבן זיך אריינגעלייגט מיט זייער גאנצע לייב און לעבן און געשווירען טריישאפט פאר פראדעלזאהן, אז די בילדונג (און אויך אנדערע בנינים פאר ווער עס ווייסט) זאל ווערן אפגעשפארט,
זיי האבן אנגעקלאפט אין אלע טירן און געשריגען, היתכן עס איז דא פראבלעמען און מ'מאכט זיך נישט וויסענדיג,
געגאנגען פין די בילדונג דעפט. צו די פייער דעפט. און פין דארט צו די מעיארס אפיס, און איבעראל ווי מ'קען אלץ חרוב מאכען,
מ'בעט יעדער איינער וואס גייט זיי דורך אדער טרעפט זיי אויף די גאס, זאל זיי זאגען א גיט ווארט פאר די ביטול תורה פין צענדליגער שעה'ן פין קרוב צו טויזענט קינדער !
|
|