בית פורומים כל העולם כולו

איז אויסגעהאלטן צו שטיצן דעם איראנער פרעזידענט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/9/2006 21:20 לינק ישיר 
איז אויסגעהאלטן צו שטיצן דעם איראנער פרעזידענט?

אין ליכט פון די הפגנת תמיכה אין מאנהעטן פון די נטורי קרתא: http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2042735 וויל איך פרעגן אייער מיינונג, איז זייער אקט אויסגעהאלטן, תורה'דיג, שכל'דיג, אדער מענטשליך ? [איך מאך א באזונדערן אשכול, ווייל די פלאקאטן דארט זענען צו גרויס]. אויבנאויף טוען זיי אויף א מורא'דיגע זאך, אכמאדינעזשאד זעלבסט האט שוין מערערע מאל אויסגעדרוקט פאר די פרעסע אז ס'איז פאראן א אונטערשיד צווישן "אידן" און - להבדיל - "ציוני'סטען", און ס'איז קלאר צו פארדאנקען פאר די טעטיגקייטן פון די נטורי קרתא וועלכע, דורך זייערע פראוואקאטיווע אקציעס, ערוועקן דעם דעת הקהל אין די גאנצע וועלט אז ס'זענען דא אידן וועלכע שטיצן נישט די ציוני'סטישע מדינה. מיין שאלה איז 2 זאכן: 1. וויאזוי קוקט אן א נארמאלער אמעריקאנער גוי דאס אז חרדי'שע אידן שטיצן דעם פרעזידענט, וועלכע אויסערן לייקענען דעם האלאקאוסט איז אמעריקע ביי אים "דער גרויסער שטן" ?! איז דאס נישט התגרות באומות ?! 2. צי מיינט דער איראנער פרעזידענט באמת צו מאכן א חילוק צווישן אידן און ציונים ?! איז דער האלאקאוסט געווען אויף אידן אדער אויף ציונים ?! די קאטיושא'ס זיינע וואס ער שיסט אויף מדינת ישראל דורך די חיזבאלא האבן פונקטליכע אדרעסן פון אלע נטורי קרתא וועלכע וואוינען אין מדינת ישראל ?!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז אויסגעהאלטן צו שטיצן דעם איראנער פרעזידענט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext