דער אויסטערליש שיינער יו"ט אין סאטמאר
[איך עפן דעם אשכול צו באשרייבן אביסל די הרגשים פון דעם געוואלדיג געהויבענעם יו"ט,
איך בעט קיינער זאל נישט אריינהאקן ביז איך ענדיג צו שרייבן. יישר כח]
דבר אין בפי, ובלשוני מלה !
דוכט זיך אז די איינציגע פאסיגע ווערטער ארויסצוברענגען דעם שטראם פון געפילן וואס פלייצט און
ברויזט אין הארץ פון יעדן סאטמארן חסיד איבער די גאנצע וועלט, זענען די ווערטער פון כ"ק מרן
רבינו הגה"ק שליט"א, ווען ער איז אריינגעקומען ערב יו"ט נאכמיטאג אין דעם ריזיגן ביהמ"ד, און
געבליבן פארגאפט פון די פראכטפולע מראה וואס באווייזט זיך פאר די אויגן פון יעדן
אריינקומענדן: נישטא קיין ווערטער !!!
עס איז אויסערגעווענליך שווער צו נעמען דעם פעדער [...] און שילדערן דעם מורא'דיגן היסטארישן
יום טוב וואס איז נארוואס פאראיבער אויף די סאטמארע חסידים פון וויליאמסבורג, פון וועלכן
אספעקט מען זאל עס נישט אנכאפן איז דער יו"ט אדורך מיט אן אומבאשרייבליכע הצלחה, מען האט
געזען בחוש ווי רבוה"ק בגנזי מרומים פארלייגן הימלישע כוחות און עמערס סיעתא דשמיא אז דער
יו"ט - דער ערשטער יו"ט אין סאטמאר נאך דעם גרויסן בראך פון דער הסתלקות פון אבינו רועינו
רביה"ק זי"ע הכ"מ - זאל אדורך מיט דעם מאקסימום הצלחה און סוקסעס וואס איז מעגליך צוצושטעלן !
דער ערשטער דינער געפילן שטראם האט אנגעהויבן שווימען ביי די סאטמארע חסידים שוין אין ערב
יו"ט, ווען מען האט זיך דערזען אז דאס אוממעגליכע און אוימגלויבליכע איז קאי וקיימי, אין
קארגע צוויי וואכן איז אהערגעשטעלט געווארן מיט א בליץ שנעלקייט א ריזן היכל, וואס זאל קענען
כאטש במקצת אקאמאדירן דעם סאטמארן ציבור פון וויליאמסבורג.
אין אלע זייטן האט מען געזען מאסן מענטשן, אויבן אויפן דאך האט געזשומעט ווי א בינען שטאק
ווען די ארבעטער כאפן אריין די לעצטע צוגרייטונגען צום פארענדיגן דעם ביהמ"ד לכבוד יו"ט,
אונטן האט מען געזען הונדערטער מענטשן שטייען און באטראכטן דעם אויסטערלישן וואונדער ווי א
ביהמ"ד איז ארויסגעוואקסן אונטער די אויגן.
ווען אינצווישן האט מען אנגעברענגט די הונדערטער בענק פארן ביהמ"ד און מען האט געזוכט ווער עס
וויל העלפן דאס אריינטראגן אין ביהמ"ד, האט זיך ווידער דערקענט די הארץ און געטריישאפט פון די
סאטמארע חסידים, ווען אונטער צען מינוט זענען אלע בענק געווען אינעווייניג אין ביהמ"ד ! ווער
עס האט געהאט הענט און פיס איז געווארן אן עסקן, און הונדערטער הענט האבן געהאלפן די בענק
אנקומען אינעווייניג אין בליציגער שנעלקייט.
אין ביהמ"ד המפואר, אקעגן איבער דעם ביהמ"ד הגדול, האט אויך געקאכט און געזידט, אין (די
קליינע...) מקוה האבן הונדערטער אידן זיך צוזאגעשטופט צו כאפן א טבילה ערב די הייליגע טעג,
דעם ביהמ"ד זעלבסט האט מען אנגעגרייט פאר די געהויבענע טישן [ווען איך טראכט צו זיך מיט
וואונדער: 'ווער גייט דען קומען צום טיש ר"ה ביינאכט ?! מען קען דאך נישט שלאפן א גאנצן טאג
?! פון די צווייטע נאכט איז דאך אפגערעדט...], און אין יעדן ליידיגן ווינקל האט מען געזען
בחורים און יונגעלייט וועלכע כאפן אריין א אידיש ווארט אין די הכנה צום פארכטיגן טאג וואס איז
שוין אט אט דא.
--------------------------
[במאמר המוסגר, אזויווי עס זענען דא אסאך אויסלענדישע אידן, ווי אויך די אידן פון קרית יואל,
וועלכע קענען באשטיין צו וויסן די פאקטן בנוגע דעם ביהמ"ד, וועל איך עס דא ארויסברענגען
בקיצור, איידער מ'הייבט אן צו שילדערן דעם יו"ט זעלבסט.
די גרויס פונעם ביהמ"ד פונדרויסן איז עטוואס מער פון 12,850 סק. פיס. אינעווייניג גייט אראפ א
שטיק אויף דרום פון קנאפע 25X20 פיס פאר די ביהכ"ס, וואס איז 500 פיס. דערנאך ארום 20X20 פיס
אויף צפון פאר די טרעפ ארויף צום ווייבער שול, וואס איז 400 פיס, מ'דארף אראפרעכענען נאך ארום
250 פיס פאר די דיקקייט פון די ווענט און דעם ארום הקודש וכו', סך כל איז עס 1150 סק. פיס =
11,700 סק. פיס.
(ראדני איז די שול מיטן בית שני בערך 9,500 סק. פיס, דער פאליש איז נאך ארום 1200 סק. פיס =
10,700 סק. פיס. די קר"י ביהמ"ד ווייס איך נישט, אפשר קען א קרית יואל'ער אריינשרייבן די
פונקטליכע חשבונות).
די זיצן איז געווען עטוואס מער פון 2150 זיצן.
(אין קרית יואל איז שבועות געווען ארום 2600 זיצן. אין ראדני לויט די מאפע וואס זיי אליין
האבן ארויסגעשטעלט איז געווען 1354 זיצן, למעשה איז געווען אסאך ווייניגער, ווייל אין פאליש
האבן זיי געלייגט טישן [אנדערש ווי געשריבן אויף די מאפע], ביי אפאר שורות שמאלע טישן, און
אנדערע שורות די געהעריגע ברייטע פאליש טישן, אבער היות איך בין נישט דארט געווען עס
אפצוציילן קען איך נישט שרייבן קיין פונקטליכע ציפערן). עד כאן.
אבער אז מען רעדט שוין מוז מען צוגעבן, אז איינס פון די גרעסטע הויכפונקטן פונעם יו"ט - אין
מיינע אויגן - איז געווען טאקע דאס, אז קיינער כמעט האט נישט געהאט קיין השגה וואס עס טוט זיך
אין ראדני, נישט ביי לשנה טובה, נישט וואו מ'האלט דארט מיטן דאווענען, נישט וויפיל מענטשן
ס'איז דא דארט, וכו'. ווער עס האט נישט אליין זוכה געווען צו זיין אינעם ביהמ"ד הגדול
ד'סאטמאר דעם יו"ט וועט עס נישט גלייבן ווי ממש קיינער האט נישט געוואוסט קיין פרטים, און מען
האט ניטאמאל געזוכט צו וויסן !]
תוקן על ידי - בא_ללמד - 25/09/2006 23:23:05
 |
|
|