אזוי ווי בדרך הטבע גייט שמחת תורה אויס זעהן ביי אינז אין די נייע גרויסע שיל, אזוי ווי די סאטמארע-באבובע חתונה,(הצלה קאלס יעדע מינוט ח"ו), וויל איך זאגען פארען ציבור אז עס איז דא אן עצה וואס קען אביסל פאר גרינגערן די מצב.
איין עצה איז מען זאל אראפ גראבען די צפון זייט סטעדזיש (מען קען עס טאן לעגאל), און אז מען וועט אראפ גראבען, וועט צי קימען נאך א שיינע פאר הינדרעט סקווער פיס אויף די פלאהר, און אויך וועט מען קענען אריין לייגען אינטער די גאלערי אויף צפון זייט רוהיג אכט שטאק פערענטשעס, וואס אויב דאס געשעהנט קימט צי פלאטץ פאר א שיינע פאר הונדרעט מענטשען,*:namespace prefix = o />
דערנאך איז דא נאך א שטיקעל עצה, וואס געט אויך צי פלאטץ פאר נאך אפאר הינדרעט אידען, אז מען זאל אראפ נעמען די וואנט פון די גאלערי אויבען ביי די מעריב וואנט גאלערי, און מען קען דארט צו לייגען נאך פינעף שטאק פערענטשעס פאר בחורים,
סך הכל אויב מען טוט ביידע פלענער קען צי קימען נאנט צי 1000 שטיי פלעצער פאר די הקפות אין בית המדרש.( און פאר די טישען קען אויך צוקימען אסאך מער פלאטץ)
די סיבה פארוואס מען טוט נישט די עצות, איז פלעין און פשוט ווייל די עסקנים האבען נישט קיין כח זיך אינטער צו נעמען נאך נייע גרויסע פרזשעקטען.
רבותי אויב די עולם וועט עס פארלאנגען וועט עס געשעהן, יעדער איינער זאל צו גיין בעטן די גטרייע עסקנים און זיי זאגען אז עס איז ממש פיקוח נפש.
תוקן על ידי - sichel - 26/09/2006 19:43:01