עס איז ממש נישט צום גלייבען, מען בויט שוין א חודש צייט, אפציעל א נייע גרויסע סוכה, מען ספענט קרוב צי 200.000 $, און הערט און שטוינט עס גייט זיין קלענער פון די פאריעריגע סוכה וואס די רבי די ברך משה פלעגט ניצען. יעדער איז מכבוד דאס אליינס צי גיין ציילען.
די סוכה גייט זיין אביסל קלענער פון אינזער סטעידז אויף צפון זייט פון די נייע ביהמ"ד הגדול (וואס איז 3350 סקווער פיס).
1) ער לאזט נישט דרוקן קיין בילדער פון אים אין דער איד. 2) ער האלט א דרשה קעגן די כל העולם כולו און אנדערע איזראעלישע צייטונגען. 3) ער איז שרעקליך קעגן בילדער...
* און דא קומען זיינע פיקטשערלעך אן אינעם כול העולם כולו... * דא דרוקט דער שטריק א גאנצע הכתבה אינעם ציוניסטישן משפחה ביים בירך משה אינדערהיים... * זיינע מענטשן געבן סטעיטמענטס צום גע'אסור'טן כל העולם כולו, אז דער שוסטער גיייט גיין מיט וייסע פאפוטש יום הקדוש....
דער היפאקריט ווייסט נישט קיין גבול. א REAL WHAKY
נשלח ב-27/9/2006 19:57
עס באדערט מיך אז אין די עשי"ת זאלן אידישע קינדער נכשל ווערן אין די לאו פון "לא תשקרו", מ'שרייבט 7000, און יעדער שמויגער קען אהין גיין זעהן אז ס'איז העלפט, ס'איז א חילול השם אז אידן זענען נישט נזהר אין אפענע לאוין.
נשלח ב-27/9/2006 21:46
יא די 7000 בת יחידות.......
נשלח ב-27/9/2006 23:28
ווי גרויס איז די סוכה אין קרית יואל, גייט עס זיין גרעסר ווי אלע יארן? ווי גייט מען מאכן די סוכה אין וויליאמסבורג, און ווי גרויס וועט עס זיין?:
נשלח ב-27/9/2006 23:52
עס גייט זיין אין די נייע קראסנא הויף, און עס גייט זיין כמעט 8000 סקווער פיס.