הודו לה' כי טוב!
הודו לה' כי טוב
יעצט אין די הייליגע טעג האב איך אריינגעטראכט ווי גוט דער באשעפער איז געווען צו אונז אז ער האט אפגעטיילט די וואס ליידן אויף זאלוני פון אונז.
איז דאנק איך און לויב דער בורא עולם: אז איך האב זוכה געווען צו א רבי וואס זיין גרויסקייט ווערט געמאסטן לויט זיין פערזענליכע עבודת השם, ערליכקייט און מידות און נישט לויט די חסרונות פון זיין קונקורענץ.
אז איך בין זוכה צו דאווענען אין א שול וואס איז נקי מחשש גזילה, וואס ווי בעוויסט האט רבינו ז"ל בעל דברי יואל געזאגט אז א חפץ של צדיק וואס מ'האט בגניבה פארלירט די חשיבות, ער האט עס געזאגט אויף א שטעקן פון איינע פון די בעלזא רבי'ס, אויך שטייט אין ספר הישר איז ווען מ'דאווענט אין א ביהמ"ד בגזילה ווערן נישט די תפילות נתקבל רח"ל.
אז דער צד שכנגד האט נישט געהאט די ביסל שכל און עכ"פ נישט ארויסווייזן פאר די וועלט ווי זיי שפירן די היץ וואו אונז בוי מיר פונדאסניי אין וומ"ס מיט א שנעלן אימפעט, און ווי נעראנים געהאלטן אין איין רופן די DOB צו אלע אונזערע בנינים און דערנאך איז נתגלה קלונם לעיני העולם אויפן DOB וועבזייט.
ועל כולם אז דער רבי זצ'ל האט ממנה געווען ווער זאל אונז פירן און "אל אף" פון די גוים און קאורטס וואס האבן ממנה געווען אין מחליט געווען אן אנדערן מנהיג פון אונזער הייליגע קהילה, האבן אלע תלמידיו הנאמנים זיך אנגעשלאסן מיט אונזער רבי'ן - און מיט דעם האמיר אויסגעשריגן קבל עם - אז מיר זענען אנדערש ווי אונזער קעגנער וואס ווען נישט ער געווינט אין קארט וואלטן זיינע אלע אנהעגער זיך צולאפן...
ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת
 |
|
|