סיגוטער 'בי"ד' שיקט 'שארפע' בריוו
דער סיגוטער בי"ד האט ארויסגעשיקט א 'שארפן' בריוו, הענד דעליווערט דורכן 'מזכיר' שלום
שטערען, צו הגה"צ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק שליט"א, היתכן ער וואגט זיך צוצונעמען דעם פאסטן פון
רח"ד כ"ץ, דער געוועזענער דיין פון ב"פ.
זיי האבן אנגעצייכנט אינעם בריוו א תשובת חת"ם סופר וועגן אזא סארט מעשה.
דער בארא פארקער דיין האט אים געזאגט אז ער גייט זיך נישט טענה'ן מיט אים דערוועגן, ער וויל
נאר איין זאך, ער זאל צוריקגיין צו זיינע משלחים און זיי פרעגן איין זאך:
וויאזוי האבן זיי צוגעלאזט אז רז"ל פון סיגוט זאל אוועקנעמען דעם רבנות פאסטן וואס זיין
ברודער האט שוין געהאט באקומען, און אויב דער חת"ם סופר האט מען געדרוקט ערשט נאך תשנ"ט.
|
|