בית פורומים כל העולם כולו

אכזריות: די ביטערע וויי געשריי פון הרבנית הצדיקת תליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/10/2006 16:50 לינק ישיר 
אכזריות: די ביטערע וויי געשריי פון הרבנית הצדיקת תליט"א

שרעקליכע רציחה ואכזריות אין די ימי עשרת ימי תשובה!!!

תלמידי וחסידי סאטמאר זענען נאך דערשיטערט פון די שרעקליכע רציחה ואכזריות וואס איז פארגעקומען אין די פארלאפענעם עשרת ימי תשובה.

כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א האט געשיקט א שליח מיוחד צו זיין ברודער ר זלמן לייב אז ער זאל אים אריינלאזן וואונטשען א גוט יאר פאר זיין צובראכענע מאמע די אלמנה הרבנית הצדיקת תליט"א, די ערשטע שליח האט מען געשיקט מאנטאג, ר' זלמן לייב האט געזאגט אז ער וועט טראכטן און ער וועט שוין ענטפערן, ווען מען האט געזעהן אז ער מאכט זיך נישט וואוסענדיג, האט מען מיטוואך געשיקט די צווייטע שליחות צו ר' זלמן לייב אז די רבי שליט"א איז היינט דא די לעצטע טאג אין ווילי פאר יום הקדוש בעט ער אים אז ער זאל אים לאזן באזיכן די צובראכענע מאמע און איר וואונשטען א גוט געבענטש יאר!

דער שליח האט נאך צוגעלייגט אז די רבי שליט"א האט נאך קיינמאל נישט פארפעלט צו וואונשטען א גוט יאר פאר זיין מאמע תליט"א, און אז ער וועט אים נישט לאזן היי יאר וואונטשען וועט עס זיין די ערשטע יאר וואס די רבי שליט"א וועט נישט קענען וואונטשען פאר זיין מאמע א גוט יאר.

ווי יעדער וואלט פארשטאנען אין די הייליגע טעג וואס אפילו די נידריגסטע איד זיכט זיך זכותים, און אפילו די נידריגעסטע איד וואלט געלאזט זיין ברודער קומען וואונטשען די צובראכענע מאמע די אלמנה א גוט יאר, אבער ביי דעם שטריק און אכזר איז אנדערש.

ר' זלמן לייב האט געזאגט זאג פאר מיין ברודער אז ער זאל נישט קומען ווייל איך וועל אים נישט אריינלאזן, אז ער וועט מיר צוריק געבן די הויז פון מיין טאטע און מאמע אין קרית יואל וועל איך אים אריינלאזן אז נישט וועט ער נישט דא אריינטרעטען!

שומו שמים!!!

די רציחה און אכזריות שרייט עד לב השמים, יעדער איד דארף צושוידערט ווערן פון די געמיינע אקט!

און דאס איז שוין נאכדעם וואס ר' זלמן לייב און די ביסטריץ מחוצפת חי' שרה האבן אריינגעפאקט הרבנית הצדיקת תליט"א אין בעסמענט פארשטיפט, און א נידריגע צושטאנד, און לאזן קיינעם נישט אריין צו איר נאר די פוילשע גויטע מיט די מרשעת הערשקאוויטש.

אזוי האט חי' שרה געזאגט: מיין שוויגער פלעגט מיך נישט וועלן קענען זי פלעגט זאגן אז איך בין א מחוצפת, שמאכטן אין בעסמענט זאל זי און יעצט זאל זי זאגן דארט וואס זי וויל.

****

הגה"צ רבי שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א האט זיך פאריגע וואך אריינגעכאפט אין בעסמענט אין באזיכט זיין צובראכענע מאמע הרבנית הצדיקת תליט"א, ר' שלום אליזער האט איר געטראפן אליין מיט די פוילישע גויטע, ער האט זיך ציוויינט פון די שרעקליכע נידריגע צושטאנד אין וואס זיין הייליגע מאמע ווערט געהאלטען, אינדערמיט איז אנגעקומען די מרשעת און מחוצפת האכזרי הערשקאוויטש (אשת ר' בנימין זאב), און אנגעהויבען מיט איר טריפה'נע פיסק צו באפאלען ר' שלום אליעזר, שלום אליעזר גיי ארויף מיט א קוויטל צו דיין ברודער די רבי, דיין מאמע וועט הנאה האבן, ער איז נישט אזוי גוט ווי דיין ברודער אהרלע.

הגה"צ רבי שלום אליעזר האט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט פון די מרשעת שר"י, און ער איז ווייטער געזיצען דארט און ארויסגענימען א תהלים מתפלל צו זיין פאר זיין מאמע, אזוי ווי זי האט געזעהן אז ער גייט נישט, האט זי זיך ווידער צועפענט איר געמיינע פיסק און אים אנגעהויבען צו באגיסן: קוק דיין מאמע וויל נישט עפענען די אויגן פאר דיר, דיין מאמע וויל דיך נישט זעהן, דיין מאמע וויל די זאלסט אוועק גיין, רבי שלום אליעזר נישט קענען אויסהאלטען די צער האט זיך אויפגעהויבען און אוועק פון דארט, ווען די מרשעת גייט אים נאך אין שרייט ווייטער אירע געמיינע אויסדריקען.

כלל ישראל און אנשי שלומינו בפרט ווערן געבעטן איינצורייסן פאר די הייליגע רעביצען די צובראכענע אלמנה הרבנית הצדיקת פעסל לאה תליט"א אז דער אייבישטער זאל שוין הערן איר ביטערע וויי געשריי פון די צובראכנע אלמנה, און איר מציל זיין פון איר תפיסה וואס זי ווערט געהאלטען דורך די כנופיא פון די געמיינע רשעים רוצחים אכזרים הערשקאוויטש, ר' זלמן לייב, פולישע גויטע, חי' שרה וכו'.

הגה: איך האב נישט געוואלט שרייבן איבער די אכזריות און רציחה אין די עשרת ימי תשובה ווייל איך האב נישט געוואלט מעורר זיין דין אין די טעג.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2006 17:07 לינק ישיר 

שוידערליך!

ביטע שרייב ארויס די נעמען פון די שליחים, אז קיינער זאל דאס נישט קענען לייקענען,

איך פארשטיי נישט פארוואס דער רבי האט געשיקט שליחים ער האט דאך געקענט אריינגיין אן פרעגן, וואלטן זיי ארעסטירט א קינד פאר טרעספעסינג? און אויב יא אדרבה זאל די וועלט זעהן וואס א רשעים זיי זענען, און וואס מסירות נפש דער רבי איז גרייט פאר כיבוד אם,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2006 17:52 לינק ישיר 

וועמענס באלאנט דאס הויז - עס באלאגט פאר קהל
פארוואס זעצט מען נישט אריין דארטן א כולל - אז ליפא מעג האבן א נאכט כולל מעג שלום אליעזר האבן א טאג כולל
זייט ווען דארף מען בעטן רשות ביים נועם המדות אריין צו גיין און א הויז וואס ער האט בעלות פונקט אזוי ווי דיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2006 18:08 לינק ישיר 

פארוואס האט ער נישט ממשיך געווען מיט זיין אלטע מנהג זיך אראפצושטעלן ביים טיר וויינען מיט א תהלים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2006 18:44 לינק ישיר 

יא יא, מאך לצנות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2006 18:49 לינק ישיר 

ווער מאכט ליצנות פין וועם???

דער וואס שטעלט זיך ביים טיר וויינען אז ער וויל אריין בשעת ער הייסט אונטער שרייבן א קאורט קעגן עם?
דער וואס זאגט אז ער האט נישט געגעסן קיין פרישטאג פארן רעדן צום טאטן בשעת ער טרינקט א גלעזל טאטיס בלוט יעדן טאג?
דער וואס פארגעסט פין די מאמען ווייל זי קען עם נישט ברענגען קיין ניצן פאליטיש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/10/2006 19:18 לינק ישיר 

יא יא, עטס גייטס ווייטער אן מיט די לצנות און רשעות..ממחרת יום הכיפורים...קאורט, שמארט, טענטער, שמענטער, צוויבל...

און האסט נאך די העזה צו קאמפלעינען אז מ'האט פרובירט אפצושטעלן די רציחה קעגן רבינו ז"ל הכ"מ...

איך האב רחמנות אויף ענקער גן עדן...הלוואי' וילמדו תועים בינה...כי לא תחפוץ במות המת...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2006 19:21 לינק ישיר 

לצנות פון דיר אליינס - איבערזאגן א ליגנט מאכט עס נישט קיין אמת
אונטער שרייבן א קאורט קעגן וועם ?
"ער טרינקט א גלעזל טאטיס בלוט יעדן טאג" וואס האט אזוי וויי געטוהן פאר זיין טאטן?
פארוואס האט ער געשמייכלט צו עם יעדעס מאל וואס ער האט עם געזעהן ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/10/2006 19:38 לינק ישיר 

איך בין אביסל קאנפיוזד און איך בעט אנטשולדיגונג.


לייקענט איינער בכלל אז:

1) לאנגע יארן האט רז"ל און זיין אגענט משה בן פראדעל געטאן כל מיני רשעות און נישט געלאזט זיין עלסטן זון קומען צו אים?

2) אז רז"ל און זיין אגענט משה בן פראדעל האבן דעם רבי'ן און די רביצין אוועקגעפירט איידער ער האט חתונה געמאכט?

3) אז רז"ל און זיין אגענט משה בן פראדעל האבן איינגעשפארט דעם רבינ'ס עלטסטן זון עטליכע מאל אין רבינ'ס הויז.

4) אז רז"ל און זיין אגענט משה בן פראדעל האבן מערערע מאל אויסגענוצט די געלעגענהייט ווען דעם רבינ'ס עלטצער זון איז דארט געווען, האבן זיי געמאכט קולות אויף אים, און מצער געווען דעם אלטען רבי'ן דעם בירך משה.


אלזא, וואס דינגט מען זיך יעצט, צי איז רז"ל געווארן א וואויל יונגעלע, אדער אז משה בן פראדעל איז געווארן אויז טעראריסט...


די צווייטע זענען געווען טעראריסטן און זענען נאך ווייטער
די צוויי מושחתים לאזן די רביצינ'ס עלצטער זון נישט קומען צו זיין מוטער די אלטע רביצין.

און הערטס אויף מיט די שטותים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/10/2006 23:33 לינק ישיר 

דאס רציחה וואס רזלמן לייב טוט פאר זיין מאמע הרבנית הצדיקת תליט"א וועט אים ביטער אהיים קומען.

אזוי אויך וועט דאס אהיים קומען פאר די מרשעת שבע הערשקאוויטש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אכזריות: די ביטערע וויי געשריי פון הרבנית הצדיקת תליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext