| נשלח ב-4/10/2006 07:34 |
|
| |
וואס איז דער ציל פון אונזער פארום
אין ליכט פון די אנטוויקלונגען דארט אקעגן איבער, שפיר איך פאר וויכטיג צו נעמען די פעדער אין
די האנט און ארויסברענגען פאר די חשוב'ע מיטגלידער אונזערע ווייטערדיגע פלענער.
צום ערשט מוז איך באגריסן דעם שריט פון אונזערע קאנטער-קאלעגן, אין א זייט געלייגט אלע
פאליטישע חשבונות וועלכע ליגן אונטער דעם באשלוס, לאמיר האפן אז עס וועט באמת זיך ענדיגן די
סארט שפראך וואס מען האט דארט געקענט זען פון צייט צו צייט, מער יא ווי נישט. דאס פאר זיך איז
שוין א פאזיטיווע אנטוויקלונג.
און זאל דאס נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי א לכתחילה'דיגער בארעכטיגונג פאר אונזער עקזיסטענץ,
עס איז קלאר פאר יעדן רעכטדענקנדן מענטש אז דער גאנצער אינטערנעט איז "טוב לו שלא נברא
משנברא, ועכשיו שנברא יפשפש במעשיו", און דער אינטערנעט איז בהחלט נישט קיין פלאץ וואס איז
געמאכט געווארן לכתחילה צו פארברענגען אדער אויסנוצן פאר עפעס אנדערש ווי א צורך פרנסה.
דער טרוקענער מציאות האט אבער באוויזן אז אין די לעצטע יארן איז דער אינטערנעט, ספעציעל די
טשעט רומ'ס און פארומ'ס, געווארן אויסערגעווענליך פאפולער אין די היימישע קרייזן, ביז היימיש
שבהיימיש, טויזנטער אידן געפינען זיך אויפן אינטערנעט במשך דעם טאג לצורך פרנסה, און עס איז
געווארן א פאקט אז דער אינטערנעט האט אנגעהויבן צו האבן א השפעה אויפן טאג טעגליכן לעבן.
ס'איז קלאר אז די פארשאלטענע פאליטיק האט זייער אסאך צוגעגעבן דערצו, אבער מען קען עס נישט
אנלייגן בלויז אויף פאליטיק, עס איז גענוג צו כאפן א בליק אויף דעם פארום "בחדרי חרדים", וואס
רוב פון זיינע שרייבער זענען שוין פון ארץ ישראל, וואו דער אינטערנעט איז פיל ווייניגער
איינגעגעבן ווי דאהי אין אמעריקע, און פארט זענען פאראן דארט טויזנטער באזוכער טעגליך, וואס א
שיינעם טייל דערפון קען מען צושרייבן צום חרדי'שן ציבור.
מיין פערזענליכע באקאנטשאפט מיט היידפארק איז שוין אלט עטליכע יאר, אין די ערשטע שטיק צייט -
א לאנגע תקופה - האב איך זיך צוריקגעהאלטן פון שרייבן דא, אפילו קוקן האב איך אויך נאר געקענט
בגניבה, ווען איך האב גערעדט צו איינעם וועגן היידפארק, אויב איז ער נישט געווען קיין
לאנדאנער האט ער נישט געאנט וואס איך זאג אים.
מיט דער צייט האט זיך היידפארק זייער שטארק איינגעגעבן, עס איז נישטא היינט קיין 100 מענטשן
אין סאטמאר וועלכע ווייסן נישט וואס דאס איז, און איך האב זיך מערערע מאל געטראפן אין א
סיטואציע וואו איך האב געשפירט אז איך מוז ענטפערן, סיי בנוגע די אינערליכע ענינים, און סיי
בנוגע סאטמאר בכלל, און אזוי צעביסלעך בין איך געווארן מער און מער אריינגעשלעפט.
דער מסבב כל הסיבות האט אזוי געפירט אז עס איז ארויפגעפאלן אויף מיר, גענצליך דורך א צופאל,
דער עול פון עפענען דעם דאזיגן פארום.
למפרע האב איך נישט קיין חרטה, און איך נעם פאר זיך דעם פולשטענדיגן קרעדיט
אויף צוויי זאכן: 1) אז עס האבן זיך גענצליך אפגעשטעלט די אטאקעס אקעגן די הייליגע שיטה פון
רביה"ק זי"ע - בפרט אויפן ספה"ק ויואל משה. און בכלל אקעגן אלעם וואס איז ביי אונז טייער און
הייליג. 2) אז איך האב אראפגעברענגט דעם טאן פון די קריגערייען, און לפחות אין דעם פארום האט
געהערשט א היפשע ציוויליזאציע - וויפיל מען קען דאס ברענגען אין א אנאנימען פארום - ספעציעל
קעגן רבנים וועלכע זענען נישט פון אונזערע קרייזן [ולא אמנע טוב מבעליו, דעם קאמפיין האט
אנגעהויבן "אינגערמאן" אין דעם אור-אלטן חדשות אנ"ש בארה"ב ובעולם [איינער געדענקט נאך...?],
אבער עס איז למעשה נישט געווארן פולשטענדיג איינגעפירט ביז דעם פארום].
למעשה האט דער פארום אבער צוגערויבט פון מיר צופיל צייט, און טראץ די אקטיווע מיטהילף פון די
געטרייע קאלעגעס אין די הנהלה, האט דאס געפאדערט אן א שיעור. און איר האט מסתמא זעלבסט
באמערקט אז איך האב אין די לעצטע צייטן ווייניג געשריבן.
אלזא, נאך די אנטוויקלונגען פריי איך זיך צו מעלדן אז דער פארום וועט אי"ה ווייטער
אנגיין מיט איר פולן קראפט, און עס וועט נאך אלץ זיין א פלאץ וואו יעדער איז
וועלקאם, כל זמן ער האלט זיך צו די כללים, און רעדט צו דער זאך. גלייכצייטיג ערלויבן די פרישע
אנטוויקלונגען [אין פאל עס וועט טאקע פאסירן דאס וואס מען האט געמאלדן אז עס גייט פאסירן] אז
מיר זאלן נאך אביסל מער איינציען דעם פאסיק אויף זאכן וואס איז נאך געווען אביסל נאכגעלאזן
ביז היינט, און מהיום והלאה וועט מען פריש פארסירן בע"ה אלע תקנות [טייל פון אייך האבן זיך
זיכער געוואונדערט פארוואס מען איז קיינמאל נישט געגאנגען ווייטער מיט פארעמען די תקנות פונעם
פארום].
דאס צווייטע פריי איך זיך צו מעלדן, אז וויבאלד מיין אנוועזנהייט האט בלויז גענוצט צו ענטפערן
פארשידענע אטאקעס וואס איך האב געשפירט אז זיי דארפן פארענטפערט ווערן, שפיר איך זיך באפרייט
פון די ארבעט, מיט די פולע האפענונג אז די יעניגע אויפן אנדערן זייט פלויט וועלן מקיים זיין
דעם "מוצא שפתיך תשמור", און מהיום והלאה וועל איך מער נישט שרייבן דא, אפשר אמאל אמאל איבער
זייטיגע טעמעס, אבער בשום אופן נישט קיין פאליטיק. איך קער זיך צוריק צו מיין ארגינעלן שטיבל
אין "בחצרות החסידים", וואו איך האב איבערגעלאזט מיין הארץ מיט נאנט צו א יאר צוריק.
איך וואלט אויך געהאט חשק גענצליך אויפצוגעבן מיין פאזיציע אין די הנהלה, און איך בעט אז ווער
עס שפירט זיך געאייגנט פאר דעם פאסטן זאל זיך ביטע ווענדן צו מיר אין תיבה אישית.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/10/2006 19:47 |
|
| |
כעל זאגן וואס איך האלט:
1. עס איז שוין אזא CUSTOM אין הייד-פארק אז יעדע שטיק צייט מאכט זיך א שטורעם און אן איבערקערעניש, עס האט זיך נאך אנגעהויבן אין די אור-אלטע H_N צייטן (איינער געדענקט?) נאכדעם מיט "חדשות בארא פארק" "וויליאמסבורג" "נו יארק", "אנש", "קרית יואל", "אפסטעיט", "דאונסטעיט". עס גייט דורך א שטיק צייט, מ'איז זיך פושט צורה ולובש צורה, און מפטירין כדאתמול.
2. איך בין זייער סוספישעס דערויף, פאר מערערע סיבות, דער הויפט סיבה איז די פאקט אז אפי' ברמיזה האבן זיי נישט דערמאנט קיין איין ווארט אז אונז זאל מיר זיי נאכטון, עס וואלט ווען געדארפט זיין א דבר פשוט אז אויב מיינסט עס באמת לשם שמים, זאג כאטש עפעס, ניין, שטאטס דעם שרייבט מען א לאנגע מגילה ווי הייליג און גרויס ר' זלמן לייב איז, און מיט דעם ענדיגט זיך עס. ס'שמעקט ווי דאס איז א מיטל צו אנהייבן א שמוץ קאמפיין קעגן אונז.
3. בכלל, שטינקט דאס פון צביעות פון קאפ ארויף. עס פלאקערט א מחלוקה אין סאטמאר שוין 7 יאר, די גאנצע וועלט שטורעמט דערפין, אידישע ברודער האבן זיך פיינט שנאת מוות, די חילול השם איז איום ונורא. ער האט געהאט די שליסל צו ברענגן שלום, ער האט קאנטראלירט דעם רבי'ן ז"ל, מיר זענען געווען מאכטלאז, די עיקר סיבה פארוואס סאטמארע חסידים האבן אלס געהאפט צו געווינען די קארט, איז אויסער די זעלבסטפארשטענדליכע, איז אז יעדער האט געוויסט ווען מיר געווינען איז דא א שאנס זאל זיין שלום אין א שליכטונג. ער האט יעדע מינוט געהאט די ברירה צו גענצליך אפשטעלן די מחלוקה, אנדעם וואס ער זאל דארפן אויפגעבן א ברעקל פון זיין רביסטווע, וואס דען האט ער געטאן? צוגעגאסן אויל צום פייער, ער האט מיט "גרויס מסירות נפש" ח"ו נישט געלאזט גיין צו דין תורה, ווייל די BRAND NEW ביד"צ האט אזוי געהייסן, ער האט, נאך דעם וואס די אייניקלעך האבן מיט גרויס ציבראכנקייט אין ווייטאג פארלאנגט פון קארט מ'זאל ענדיגן די רציחה ביים רבי'ן אין שטוב, האט מען זיי באגאסן מיט צואה רותחות, א ריזיגע בילד אין דער איד, געלאפן צו די עדה. קעגן אייגענע ברודער שוועסטער!! יענעם חמשה עשר בשבט, שטאטס זיך אראפזעצין פארהאנדלען און פרובירן צו פארמינערן די חילול השם און שנאת אחים, שטעלט ער זיך אויף האלטן א דעמאגאגישע דרשה קעגן זיינע אייגענע אנשים אחים, אז ווען דער בעל דברי יואל וואלט געלעבט וואלט ער זיכער לוחם געווען קעגן בערל פרידמאן. ער האט "מיט גרויס מסירות נפש" זיכער געמאכט צו געבן פעמיים באהבה א פארציאן עגמות נפש פאר אונזער בליבטן רבין ז"ל הכ"מ, און זיכערגעמאכט צו "דערמאנען" אז ר' אהרן מיט אברהם ווידער, שמואל אבערלענדער, יקתואל הערש וו"ב זענען שקצים, די דערמאנונג איז נאך אנגעגאנגען לכה"פ 3 יאר נאכדעם וואס ער האט איהם געפירט קיין פלארידע ביום חופתו פון זיין אייניקל. יעצט קומט ער מיט פארגלייזטע אויגן רופט אריין זיין זוהן אין גבאי, "איך האב געהערט" אז ס'דא אזא מין זאך פון "הייד פארק" און עטס שרייבטס דארט, ר' איד: "האסט געהערט" פון די מחלוקה קעגן דיין ברודער? "האסט געהערט" פון דעם אז דיין טאטעס משפחה איז צוריסן אין צופליקט? "האסט געהערט" די טעיפ פון שאול פ"ש? "האסט געהערט" פון די ביטול תורה שנאת אחים וואס פלאקערט נאך איצט, WITH NO END IN SIGHT, וואס האט איר געטון דערצו? די איינציגע זאך וואס די האסט געהערט איז "הייד פארק"?
מיט דעם אלעם, איך מצידי, AM ALL FOR IT, איך בין גרייט צו געבן א שאנס, און זיי נאך טאן, די מינוט נאכדעם וואס זיי שפארן, גיי איך מיר, און איך בעט אלע מיינע קאלעגעס מיך צו נאך טאן. מיין עיקר ציל איז זאל זיין שלום במחנינו, און אויב עס איז דא די מינדעסטע שאנס אז דאס וועט דאס צוברענגן, וועל איך אלעס איינלייגן עס צו צישטאנד ברענגן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/10/2006 20:07 |
|
| |
אז דו ווילסט שרייבן, שרייב מיט געהעריגע אותיות.
דער מנהל.
תוקן על ידי - כל_העולם - 04/10/2006 20:09:21
|
|
|
|
| נשלח ב-4/10/2006 20:22 |
|
| |
בא ללמד מקוה איד
לויט ווי אזוי ענק האבן געמעקט יעדע קלייניקייט איז עס זייער ווייט שלעכט פון די אנדערע פורומים און עס איז געווען ביז היינט זייער א שיינע פורום וואס פשוט'ע מענטשען האבן געזען נייעס אין בילדער און אויף דעם וועג ווי אזוי סגייט ביז יעצט איז קיין פראבלעם סאיז אזוי ווי א עלעקטעראנישער "דער בלאט" דאס יא מען קען זיך אביסל איינציען דעם פאסיג און נישט ענטפערען קיין זאליס דא אדער שרייבן שענער און ווייניגער לשון הרע און מחלוקת איין זאך וואס קען צוגעבן צו דעם איז אז די קעפלעך זאל שטיין קלאר ארויסגעשריבן אזוי אז דער סתם היידליין קוקער זאל זען אלעס אויבן אויף
2) מקוה איד דיינע ווערטער דארפן געשריבן ווערן מיט סך א גרעסערע פאנט די עוולה פון ... אז ער שטעלט אפ נאר פיקטשורס אין דער איד (די שרייבערס שטעלט ער נישט אפ...) און היידפארק. זאל ער קודם אפשטעלן די געפערליכע רשעות און דאס מסרב זיין לדין
אבער ווי געשמועסט דארף מען זיך איינציען דעם פאסיג סאו דארף מען עס אוריסברענגען נישט אויף א מיאוסען לשון פארשטייט זיך
|
|
|
|
| נשלח ב-4/10/2006 20:28 |
|
| |
איך טראכט אז אפשר איז יעצט די פאסיגע צייט צוריקצוגיין צום ארגינעלן ציל פון דעם פארום, צו
דינען אלס נייטראלער פארום פאר ביידע זייטן צוגלייך.
אויב ס'איז דא א זאלי ניק וואס איז גרייט צו ווערן דא מנהל משנה, אדער גאר נעמען בשותפות דעם
מנהל ניק, זאל ער זיך ביטע מעלדן אין אישית.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/10/2006 20:30 |
|
| |
בא ללמד
פון עקספיריענס אויס
דו הרג'עסט אפ דו גאנצע זאך אזוי פארקערט ווי ווייניגער זלונים אלץ בעסער העכסטענס זאל עס הייסן נאר אן סאטמארער פורום
|
|
|
|
| נשלח ב-4/10/2006 23:44 |
|
| |
איך וועל אויך זאגען א פאר ווערטער.
איך וועל אויך אנהייבען מיט די הקדמה אז קיינער האט נישט גע'כשר'ט די אינטערנעט, קיינער זאגט נישט אז אינטערנעט איז כשר.
איך האף זייער אז אלץ סגן מנהל האב איך נישט קיין אחריות אין צוציען מער מענטשען צו'ם אינטערנעט.
די פארום איז געמאכט געווארען אויסשליסליך פאר מענטשען וואס זיינען שוין
אויפ'ן אינטערנעט מיט סיי וועלכע תירוץ, אז מ'זאל האבען א היימיש קרעמעל
ווי זיך דורכצושמועסען און נישט דארפען זיך דרייען אין די פרעמד.
ליידער, איז די הויפט טעמע אין אונזעערע קרייזען די לעצטע פאר יאהר געווען
פאליטיק און ס'זעהט נישט אויס אז ס'גייט זיך טוישען אין נאנטען צוקונפט.
איך וועל מיך זייער פרייען צו דער צייט ווען מ'וועט קענען נוצען די פאראם
צו מעלדען שמחות און אראפשרייבען די תורות פון רבי'ן און ס'וועט נישט זיין
קיין מער אינערסאנטע נייעס ווי ווער האט געטאן א שידוך אדער געבוירען א
קינד.
אבער בידערווייל..
וויל איך זאגען צוויי זאכען.
ערשטענס, איך אפלאדיער דער שריט פון כ"ק האדמו"ר מסיגעט שליט"א. אז ער האט
געקענט נעמען שמוציגע נידערטרעכטיגע יונגען מיט פרעכע פיסק און
ארויסשלעפען פון די בלאטיגע זומפ פון אינטערנעט קען איך נאר זאגען כה לחי!
און ילכו מחיל אל חיל.
איך וואונטש די אלע וואס הערען אויף צו שרייבען פיל גליק אין זייערע נייער
וועג, זאלען זיי זוכה זיין זיך צו דערהייבען אין די הייליגע טעג, און איך
נעם דער אנגעלעגענהייט צו לאדענען ווער פון אונזערע שרייבערס האלטען אז
דאס איז א פאסיגע געלעגענהייט זיך אפצושיידען און צוריקקערען צו די טאג
טעגליכע תורה, עבודה און גמ"ח.
איך האב מיך שוין געזאגט גלייך נאכ'ן פטירה פון רבי'ן זצ"ל אז פון מיין
זייט אויס אז צוטיילט איז צוטיילט. ווער ס'וויל עהם פאר א רבי זאל עהם דאס
וואס באקומען.
איך ווייס אז ס'דא שרייבערס דא וואס וועלען דינגען מיט מיר אבער אין מיינע
אויגען איז דא רבי'ס גרעסערע שטריקעס און קלענערע ירא שמים'ס און נישט
ווייניג פון זיי זיצען אין די אגודיסטישע מועצת.
אויב ער קען אויפטוען מיט דער עולם און זיי האלטען ביי עם פאלגען אפשר
זיינען זיי פאסיג איינער פאר די צווייטע. מיט אונז האט עס שוין נישט.
צווייטענס, אזוי ווי בא ללמד האט שוין באטאנט, יעצט אז ס'נישט דא קיין
שלעכטע שכנים פון וועמען זיך אפצולערנען, האף איך אז די עולם וועט אליין
זיין מער איינגעצוימט מיט זייערע אויסדרוקען מ'זאל נישט דארפען שטרענגער
פארסיערען די תקנות.
דריטענס, טאמער ס'נאך דא אזעלכע זאליס וואס וועלען נישט איינהאלטען פונ'עם
אינטערנעט און וועלען וועלן שרייבען דא, וויל איך זיי העפליך באגריסען.
מיר האבען געזאגט פון די ערשטע טאג אן, אז די פאראם איז אפען צו אלע, ווי לאנג מ'האלט די תקנות.
די פאראם איז געווידמעט צו רעדען פון פאליטיק און מ'קען רעדען, דינגען און
אפילו קריעגען, אבי מ'טוט עס איידעל און געמוטליך ווי ס'פאסט פאר עהרליכע
אידען. איך האב גענוג חברים פון ביידע זייטען, אונז האבען שארפע
דיפערענצען אין אונזערע מיינונגען אין די ענין און אונז קענען יא רעדען
דערוועגען געמוטליך, נארמאל, נישט העצעריש צולאזט. ווער ס'געדענקט נאך, איז אזוי אמאל געווען אין חדשות אנ"ש און איך גלייב אז ס'קען נאך אלץ זיין, מיט א ביסעל גוטע ווילען.
איך האף אז אונזערע אלע שרייבערס וועלען העפליך אויפנעמען ווער ס'וויל
אריבערקומען און ס'וועט נישט איבער'חזר'ען די קינדערישקייט פון די ערשטע
טעג פון פאראם "ארויני" "זאלויני" "זאלויני פארשטעלט פאר אן ארויני" אאזוו. און איך האף אויך אז איך בין נישט צו אפטימיסטיש אדער נאאיוו, און אז ס'וועט זיך נישט ארויסווייזען א גרויסען זייפען בלאז. ימים ידברו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 00:30 |
|
| |
איך וואלט יא געהאלטן אז מ'דארף פאר א שטיק צייט אויפהערן שרייבן דא, אדער כאטש אויפהערן
שרייבן פאליטיק.
איך בין איבערצייגט אז די סיגוטער פלאנען דא אנצוהייבן מיט א שטארקע אפענסיווע אקעגן סאטמאר
היתכן זיי האבן אינטערנעט פארומ'ס. און לויט ווי איך קען די מענטאליטי פון אונזערע ראשי
הקהילה, וועלן זיי נישט רוען ביז דער פארום וועט ווערן אפגעשפארט.
איך האלט מ'זאל ווארטן אביסל ביז ווען די סיגוטער עפענען זייער נייע פארום, און הייבן צוריק
אן מיט זייערע אלט באקאנטע מנוול'ישע שפראך.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 04:25 |
|
| |
פון קראנטע מקורות הערט מען אז עס האט אסאך צוטאהן מיט דעם וואס י"וו האט לעצטענס מיאוס באשמירט די סיגוטע מיט'ן שרייבן דברי בלע אויף ערליכע אידן ווי הרה"ק חו"פ ר' ברוך מיללער שליט"א ועוד.
אזוי אויך פארשידענע אנדערע ענינים שהשתיקה יפה להם וואס איז דארט פארגעקומען, מ'דארף טאקען שטיין על המשמר לגדור גדר ולעמוד בפרץ קעגן אזאלכע וועלכע זענען מבאיש ריח דעם פורום ואכמ"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2006 06:44 |
|
| |
מר. ביזאהער
די מאכסט א טעות די פורום בלאג איז נישט פארטרעטן פון קיין קהילה אדער מוסד אדער ראשי קהילה אדער מנהלי המוסדות!
די פורום איז א פשוט'ע אנאנעמיע פורום וואס יעדער מן דהוא קען זיך שרייבן וואס ס'באגערט אן וויסן זיין אידענטיטעט. און ס'איז דא טויזענטע פורומס און בלאגס וואס מענטשען שרייבן און פירקלען פון פארשידענע נושאות מארבע פינות העולם.
דאס אז דער נועם הפר האט באשלאסן צו שטרעקן די פאדערשטע דיכטלעך כחזיר ביער און שרייען קוקטס רבותי איך בין כשר.... איז א הוילער צביעות און בלאף וואס וועט אים בעקפייערן ביג טיים!
וועמען מיינט ער פאפט ער? אפשר זיך אליינס....
|
|
|
|
|