בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

סאטמערע שפלינטער פורום פין חדשות אנ"ש ווערט אפגעשפארט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/10/2006 07:46 לינק ישיר 
סאטמערע שפלינטער פורום פין חדשות אנ"ש ווערט אפגעשפארט

ווי מיר אלע געדענקען האבען די מנהלים פין חדשות אנ"ש אפגעמאכט כמעט א יאר צוריק מער נישט צי לאזען שרייבען פאליטיק פין דעם עולם החסידות דא ביי אינז אין פורום.

באלד איבערנאכט זענען אפירגעשפרינגען צענדליגע שפלינטער פורמים, פאר איינע פין די פורמים האבען די מנהלים נישט ערלויבט זיך צי באניצען מיט אינזער נאמען חדשות אנ"ש - סאטמער.

כאטשיג דער פורום האט געדארפט דינען ווי א נייטראלע פורום איז דאס מערסטענס באניצט געווארען דורך די זלונים צד, נאכדעם ווי די ארונישע שרייבער האבען מורא געהאט אז דער פורום וועט נישט געפירט ווערען מיט יושר דורך זייערע מנהלים אין האבען זיך געפענט אן אייגענע פורום.

איצטע אויפען דירעקטען באפעל פין הרב זלמן לייב ט"ב שליט"א ווערט דער שפלינטער פורום אפגעשפארט.

ווי ערווארטעט וועט דאס פארשווערען דעם טראפיק דא ביי אינז אין פורום, אין מיר אלע באגריסען זיי מיט א גרויסען ברוכים הבאים...............
עס איז צום האפען אז זיי וועלען זיך האלטען דא צי אינזערע תקנות.

עס איז כדאי צי באמערקען אז א טייל פין זייערע שרייבער האבען זיך אינטערגענימען בכלל נישט צי שרייבען דא אויף הייד פארק צום נייעם יאר נאכדעם ווי הרב זלמן לייב ט"ב שליט"א האט מעורר געווען בכלל אויף זיך באניצען מיטען אינטערנעץ.............

 

די פאלגענדע איז גענימען געווארען פין דעם פורום, געשריבען געווארען דורך DRYNITZ פין אינזער אמאליגע שרייבער

פקודתו שמרה רוחי    


איך האב נישט געהאט קיין געלעגענהייט א גאנצען טאג מגיב צו זיין און איך זעה אז אין אנדערען אשכול איז דא א גאנצע נערווען שפיל און ווי עס זעהט אויס ביי געוויסע שרייבערס וואקלען זיך נאך.

איך וויל דא זיין דער מתחיל במצוה און האפענטליך וועלען זיך די איבעריגע שרייבערס מאנשי שלומינו צושטעלען און מקבל זיין די הוראה פון מרן רבינו שליט"א און צום נייעם יאר זיך אפלאזען פון די אינטערנעט בכלל און היידפארק בפרט.

פאר די וואס האבען נאך נישט געהערט, כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א האט געלאזט רופען מוצאי יום הקדוש א אינגערמאן פון די חשובע עסקנים אינערהאלב קהילתינו הקדושה און האט אים געזאגט די פאלגענדע:

איך הער אז עס איז דא אויף די אינטערנעט א מקום ווי היימישע אינגעלייט ביי אונז אין בית המדרש שרייבען זיך נייעס און פאליטיק און אנדערע ענינים, אויסער די נידעריקייט פון דעם עצם ענין אז היימישע אינגעלייט זאלען זיך נישט שעמען פון שמועסען אויפען אינטערנעט וואס איז נאר מותר כאילו כפאו שד ממש לצורך פרנסה וכדו' און יעדע איבעריגע רגע וואס מען פארברענגט דארט איז נישט דא קיין סיעתא דשמיא אפגעהיטען צו ווערען.

חוץ מזה הער איך אז מען איז עובר רחמנא לצלן אויף לאווין דאורייתא'ס פון לשון הרע הלבנת פנים און מוציא שם רע און ווער ווייסט וואס נאך ח"ו.

לויט ווי איך הער האסטו א ווארט דערויף בעט איך דיר די זאלסט זעהן דאס צו פארמאכען תיכף ומיד ממש נאך פאר יום טוב, און איך בעט דיך זאלסט טוהן כל מה שביכלתך בקום ועשה אז אונזערע אינגעלייט זאלען נישט שרייבען און נישט האבען קיין צוטריט דערצו אז די וועסט מיט דעם אנהייבען דעם יאר שכרך הרבה מאוד עס איז מוצאי יום כיפור עס איז די צייט צו מאכען א כלי פאר די התעוררות פון די הייליגע טעג ווי דער הייליגער קדושת לוי טייטשט עד שתחפץ, איך האלט אז דאס איז די ריכטיגע כלי און עס איז א שטארקער זכות הרבים
.

ווען דער עסקן האט אנגעהויבען מסביר צו זיין פארען רבי'ן שליט"א אז ער קען דאס נישט קאנטראלירען אז דאס איז א פרייע זאך יעדער שרייבט וואס ער וויל, דאס מערסטע וואס ער קען טוהן איז אז ער וועט מער נישט שרייבען דערויף.  האט איהם רבינו שליט"א געענטפערט:
דער רבוש"ע איז א בוחן כליות ולב, הבא לטהר מסייעין אותו, די דארפסט טוהן תשובת המשקל, אז די וועסט בקום ועשה טוהן מה שביכלתך דאס אפצושטעלען וועסטו האבען סייעתא דשמיא און עס וועט אפגעשטעלט ווערען און די וועסט זיין א מזכה את הרבים .  אויב דארף איך רעדען צו נאך איינעם, רוף איהם אן און איך וועל רעדען צו איהם יעצט אויפען טעלעפאן, שפעטער אז די וועסט דארפען מיין הילף דאס אפצושטעלען, זאג מיר און איך וועל רעדען צו וועם עס איז נייטיג אז דאס זאל ווערען אפגעשטעלט.  עס איז א חילול השם איום ונורא אז היימישע אינגעלייט פארברענגען אויפען אינטערנעט שלא לצורך, עס איז א בזיון פארען רבין זי"ע אז תלמידי תלמידיו זאלען טוהן אזא זאך.

איך זאג דיר אז דאס וועט זיין א געוואלדיגע זכות הרבים און א קידוש השם און איך בעט דיך אז דאס זאל ווערען אפגעשטעלט נאך פאר יום טוב.

נאך דעם האט רבינו אנגעווינטשען פאר דעם עסקן ברכה והצלחה בכל הענינים וכו'.  ווי אויך האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט בנועם שפתיו אז עס איז דא א סייעתא דשמיא וואס באגלייט יעדען איד וואס גייט ארויס אויף די גאס לצורך פרנסה, ווען דער איד בעט צופריה דעם אייבערשטען אז ער זאל אהיים קומען אזוי ערליך ווי ער איז ארויס און ער דרייט זיך נאר ווי ער מוז לצורך פרנסה און פארברענגט נישט איבעריג אויף די טריפה'נע גאסען, דאן איז דאס א חלק פון די קללה פון בזיעת אפיך תאכל לחם און אויף דעם איז דא א שמירה עליונה וואס געט אכטונג, איבערהויפט עס איז דאך א מצוה פון עושה צדקה בכל עת און מצוה בעידנא מגינא ומצלא, די זעלבע סייעתא דשמיא איז דא פאר א איד וואס האט נישט קיין ברירה און מוז צוקומען צו נוצען דעם אינטערנעט לצורך פרנסה, איז ווילאנג דער איד נוצט דאס ממש נאר די מינימום וואס ער מוז, ער נוצט JNET וכדומה, דער איד שטרענגט זיך אן צו טוהן נאר ממש לצורך פרנסה היט מען איהם אפ פון אויבען און דאס גייט אריין אין כלל פון הבא לטהר מסייעין אותו, אבער טאמער נוצט מען דעם אינטערנעט צו קוקען נייעס אדער אנדערע שטותים פארלירט מען די שמירה עליונה און דאן איז שוין ביטער, אויף דעם זאגען שוין חז"ל אלמלא הקב"ה עוזרו לא היה יכול לו, נו ווער קען נעמען דעם אחריות אויף זיך.
 דער עסקן איז געווארען אינגאנצען צושאקעלט און האט היינט מודיע געווען פאר די אנדערע שרייבערס מיט וועם ער קען זיך אז עס גייט פאר רבינו שליט"א בנפשו אז דער פורום זאל ווערען אפגעשטעלט תיכף ומיד.

איך פארשטיי אז איינער פון די מנהלים איז נישט מאנשי שלומינו און איז א נייטראלער, איך ווייס נישט צו ער וועט למעשה איינגיין אפצושטעלען דעם פורום, אבער אויף אזויפיל איז זיכער אז מיר תלמידי וחסידי רבינו שליט"א זענען מחוייב על פי תורה זיך אינטערצווארפען די הוראה פון רבין זאל זיין געזונט און מער נישט שרייבען אויף הייד פארק בכלל און אויף א פורום וואס ווערט פארופען אויף דעם הייליגען נאמען סאטמאר בפרט.

איך בין מקבל אויף מיר אט דא באותו מקום וכו' אז איך וועל בלי"נ מער קיינמאל נישט שרייבען אויף הייד פארק, און בכלל ממעט זיין מיט פארברענגען אויף די אינטערנעט שלא לצורך.
איך בעט דעם עולם זאל זיך דא צושטעלען און זיך אויך ארויס שטעלען לעשות רצון צדיק און פארלאנגען אז דער פורום זאל ווערען אפגעשפארט.





תוקן על ידי - jewboy - 04/10/2006 9:26:27




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/10/2006 22:19 לינק ישיר 

חדשות בארא פארק
חדשות וויליאמסבורג
חדשות נו יארק
חדשות אנ"ש
חדשות אנ"ס

אזוי גייט עס

מען טוישט יעדע שטיק צייט ווייל עס ווערט נמאס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > סאטמערע שפלינטער פורום פין חדשות אנ"ש ווערט אפגעשפארט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext