הויז בחור שלעגער אדער היידפארק שרייבערס?
א גרויסע דילעמא אין די סיגעטער לאגער.
וואס איז ערגער, א הויז בחור א טעראריסט און שלעגער, וואס האט שוין טעראריזירט צענדליגער
מענטשן די לעצטע פאר יאר, און יעצט איז נתגלה קלונו געווארן מיט קלארע פיקטשערס [זע די אנדערע
אשכול] אז ער האט פאריאר שמחת תורה געטיילט מכות רצח פאר אידן וואס זייער גאנצע חטא איז
געווען אז זיי האבן געוואלט צוריק אריינגיין אין זייער אייגענע ביהמ"ד.
אדער שרייבן אויף היידפארק, איינגעהאלטן און נארמאל, און נישט רעדן ערגער ווי מרעדט אין א
געהעריגע מקוה?
וואס האלטן ענק? וועלכע עבירה איז גרעסער? אדער איז שרייבן אויף היידפארק בכלל נישט קיין
עבירה, און האבן א הויז בחור א שלעגער און טעראריסט יא?
איך מיין אז אויף ביידע איז דא איין תשובה:
היפאקריסי איבער אלעס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פינף יאר וועל איך שרייבן אויף די אינטערנעט, אדער שיקן יעקב בער שרייבן פון מיין שלאף צימער,
און ווען איך זע אז איך האב נעבעך נישט וואס צו שרייבן, ווייל איך האב נישט קיין דאווענען און
נישט קיין לערנען, וועל איך אויפהערן צו שרייבן, און נאך נעמען שרייען ווי די קאזאק
הנגזל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
 |
|
|