|
|
| נשלח ב-6/10/2006 15:12 |
|
| |
שמחת בית השואבה אין נ"י, וואו לוינט זיך צו גיין?
כ'האב שוין אריינגעלייגט אין סקעזשול צו גיין צו ביידע באבוב'ס, זען ווער ס'האט א שענערע יעקב אבינו'ס שעפעלעך און מער פידל שפילער. וואו נאך קען מען נעמען די קינדער זען עפעס אינטערסאנט?! איך לערן א גאנצן טאג מיט זיי בשכר אז ביינאכט גייט מען זיך ענזשויען, איך האב עס פאריאר געטון די ערשטע מאל און ס'האט געארבעט אמחי'! וואו נאך קען מען גיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 17:54 |
|
| |
איך ווייס נישט אויב סאיז דיר אינטערסאנט. אבער אושפיזא דאהרן אין קרית יואל, איז דא מוראדיג
א שיינע טיש, און נאכדעם טאנצט מען אין שול ביז 3-4 ביינאכט, די טאנצן אינעווייניג איז
אויסערגעווענליך הערליך.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/10/2006 19:51 |
|
| |
דוכט זיך אז ביי ר' מאטל זילבער פון סטיטשין פראוועט מען זייער שיין, אבער ס'איז מסתם נישט
אינטערסאנט פאר דיינע קינדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2006 01:33 |
|
| |
איך בין געווען נעכטן ביים טיש פון מונקאטשער רבי'ן, ער קומט טאקע אריין זייער שפעט, אבער ס'איז ווערט געווען אלע געלטער, סאך שענער ווי די פלעי.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|