אידן אין וויליאמסבורג שטוינען איבער די פרישע מאדנע און לעכערליכע עמי הארצות.
די זאלי עמי הארצים און שטריקעס האבן אויפגעשטעלט א פסול'ע סוכה אין וויליאמסבורג און זיי זענען מכשיל דערמיט אידן.
אין צענטער פון די נייע סוכה וואס דער סיגעטער האט געלאזט בויען, שניידן דורך צוויי גרויסע אייזערנע ביעמס, וואס זענען מער ווי פיר טפחים. ס'קומט אויס אז א דריטל פון די סוכה איז פסול!
די פאר צענדליג אידן וואס ווייקן זיך ביים סיגעטער ווערן נכשל. זיי עסן און טרונקען חוץ לסוכה.
די עמי הארצים וואס קענען נישט קיין לערנען האבן נישט געמאכט קיין צורת הפתח ווי די הלכה איז.
ממילא אז זיי קענען נישט מסכת סוכה, קען איך זיי נאך דן זיין לכף זכות, ס'איז דאך אן אהרונישע גמרא, אבער וואס איז מיט מסכת עירובין איז דאס שוין אויך טריפה?
נשלח ב-9/10/2006 18:45
געטראפן א לימוד זכות: אן עירוב איז דאך טריפה, אלזא מסכת עירובין האט פונקט אזא דין ווי מסכת סוכה און מען טאר נישט אריינקוקן דערין...
תוקן על ידי - ארגינעלער - 09/10/2006 18:45:41
נשלח ב-9/10/2006 18:57
מסתמא איז עת לעשות לה הפרו טוֹרָסֶחָא...
נשלח ב-10/10/2006 03:33
טייערע
ארגינעלער
כל הפוסל פסול מומו פוסל
ענקער סוכה איז פסול
אזוי ווי די סכך פון די סוכה האט מען געלייגט אין שבת דעם ערשטער טאג יום טוב אין איך געלייבט
נישט אז ענק האבן מחלל שבת געווען בפרהסיא מסתמא איז אז געלייגט געווארן דרוך גוים
אין אזוי ווי ענק קענען דאך זייער גוט מסכת "סוכה" ווייסן ענק אז די סוכה איז פסול
כ'ווייס אז ס'איז זייער ווייטאגליך צו האבן א רבי אן עם הארץ (דער סאטמארער רבי וואלט נישט אריינגעטרעטן אין א פסו'לע סוכה) וואס האט חסידים עמי הארצים, אבער דו האסט אלעמאל א טשויס, קענסט אריבערסוויטשן צו די אמת'ע סאטמאר וואו רוב רובם סאטמארע חסידים האבן זיך אנגעשלאסן, און דאן וועסטו נישט דארפן ליידן אזעלכע ווייטאגליכע דורכפעלער יעדע פאר וואכן.