| נשלח ב-10/10/2006 13:22 |
|
| |
וויליאמסבורג נעמט איבער בארא פארק!
וויליאמסבורג האט נעכטן אריינגעכאפט פון בארא פארק אלס מעיזשאר עטרעקשאן פלאץ וואו מגייט חוה"מ האלטן! די טויזענטער מענטשען וואס זענען געלאפן פון איין עק שטאט צום אנדערן, איז שוין געווען מער ווי די קוקערס פון באבאוו!
און די גרעסטע חידוש, ווי שיין מהאט איבעראל אויפגענומען די צוקוקערס! ליטוויקערס, חב"דניק, מאדערן, מיט א בארד אן א בארד, יעדן האט מען אזוי שיין אויפגענומען אין ביידע סוכות... א שאד מהאט זיך נישט אנגעהויבן קריגען דארט אפאר יאר פאר דעם!
איך בין אויך געגאנגען חוה"מ האלטן ביי ביידע מיט אפאר חברים, סאיז געווען עפעס משהו משהו.
די עולם איז געווען כמעט די סעים, ביי די אהרונים איז געווען מער פול אויף די גאס מיט א וואש מעשין פון מענטשן in and out, און סאך מער געשטופט, אבער ביי די זלוינים איז געווען אנגעפולט אלע סטעפס ביזן טאפ מיט אינגעלייט ביי די אהרונים איז אויבן געווען היפש יונגעלעך. ביי די זלוינים איז געווען זייער prestigous ביים אריינקומען קעגן איבער די הערליך הויכע ברענטש.
די מוזיק איז געווען סאך שענער ביי די זלוינים, עספעשילי ווען חיים דוד דעססער האט געזינגען, ביי די אהרונים איז די מוזיק געווען העכער אבער סהאט געגראזשעט אין קאפ. ביי אפאר קארנערס האט מען געקענט מיטהאלטן ביידע זייטן, בעיקר ביי ראס ווייט.
בעסיקלי קען איך זאגן אז they add it up, אויב דארף איך זשאזשען לויט נעכטן זענען ביידע איווען אין וויליאמסבורג, יעדער האט געטרייט זיין בעסט, און ביידע האבן געמאכט א מעיזשאר זשאב!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2006 16:23 |
|
| |
א גוטן מועד אייך.
איך בין אויך געווען SUKKAH HOPPING אין וויליאמסבורג, איך בין זייער IMPRESSED געווען פון ר' אהרן'ס טיש, איך האב קיינמאל נישט געזען אזאנס, אזויפיל חסידים און אזא ריזן סוכה, זייער שיין און יו"ט'דיק.
ביי ר' זלמן לייב איז אויך געווען א ריזן ציבור, זיי האבן זיך נישט וואס צו שעמען, אבער ווייט נישט ווי ביי ר' אהרן'ען. אויסער דעם וואס די טיפ חסידים זענען אנדערש, ביי ר' אהרן איז מער "קאכעדיק" און ביי ר' זלמו לייב איז מער "סאליד", עס האט זיך זייער אנגעזעהן.
איך האב נעכטן געשמועסט אזוי מיט מיינע ידידים איבער די סאטמארע פאליטיק און ווי עס האלט יעצט, איך האב געזאגט א דערהער אז ר' אהרן'ס חסידים זענען אזוי ווי די בני יואל בימים ההם וואס האבן זיך געהאלטן פאר די ריכטיגע חסידים פון רבינו יואל, די זעלבע ר' אהרן'ס חסידים האבן זיך אפגעטיילט ווייל זיי האלטן זיך פאר די ריכטיגע חסידים פון רבינו משה, די חילוק איז נאר אז בני יואל האט זיך אפגעטיילט מיט א מיעוט און זייער אינטערדריקט, ווידער ר"א טיילט זיך אפ ביד רמה און מיט א שיינע חלק, מעגליך רוב, אויך ר' אהרן'ס חסידים טיילן זיך אפ מיט א רבי בני יואל איז אנטלאפן פון א רבי, אויסערדעם וואס ר' אהרן'ס חסידים פירן די 2 אנדערע גרויסע סאטמארע צענטערן, קרית יואל און בארא פארק.
קען זיין איך בין נאיוו אבער עס קוקט מיר אויס אז די מחלוקה שטילט זיך אפ, עס איז מיר געפאלן וואס ר' אהרן האט נעכטן געזאגט אז מ'האט שוין א חדר, סקול, ביהמ"ד, שוין צייט זיך אפצולאזן פון די "שטותים והבלים". איך האף אז ביידע צדדים האבן דעם עטיטוד.
א גוטן מועד
 |
|
|
|
|
|
|