| נשלח ב-11/10/2006 04:45 |
|
| |
ניי - שלמה שמחה
מצורף קובץשלמה שמחה איז ארויס געקומען מיט א נייע געהעריגע טעיפ, ווער סאיז א שטיקל חסיד פון שלמה שמחה (אזויווי מיר) וועט גאנץ
זיכער הנאה האבן פונעם טעיפ, סאיז א שיע מענדלאוויטש פראדאקשאן וואס מיינט שוין אז סאיז דירעקטעד דורך געלונגענע
הענט, זיין קול איז מלא מתיקות אזויויו אלעמאל און די ניגונים זענען אויך פון ערשטן קלאס כדרכו, עבי ראטענבערג הערט זיך
שטארק אן אויף טריט און שריט און ער שענקט אונז עטליכע הארציגע שטיקלעך אריין גערעכנט א הארציגען ענגלישען ניגון
"Miracles", סאיז אויך דא א געוואלדיגער געלונגענעם ניגון "מלוך" פון פינקי וועבער, א שטיקל כמו חזנות ניגון "רפאנו" מלא טעם
מיט הארץ און געפיל, א געלונגענעם ניגון "עץ חיים" פון ברוך לעווין וואס שלמה זינגט צוזאמען מיט ריבי שוועבל, אאו"ו
סהאט טאקע נישט קיין זעץ הארא/חתונה ניגון אבער סאיז אפילו אן דעם א געלונגענער טעיפ מיט הערליכע ניגונים און מוזיק,
שלמה שמחה איז פון די איינציגסטע זינגערס וואס פארדינען באמת סאך מער קרעדיט, ער פארמאגט א זעלטענע שטימע, ער
קלויבט זיך גוט אויס ניגונים, פראדוצירער און דירעקטערס, זיינע געהעריגע טעיפס זענען איינס ביי איינס ערשט קלאסיג (זיינע
"ליקוטים" סארט טעיפס זענען נישט אזוי געוואלדיג רעלאטיוו גערעדט), און אויך דער טעיפ פארדינט אן אויבנאן זיץ אויפן בימה פון
היכל הנגינה

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2006 18:31 |
|
| |
איך האב מיך יעצט ממש פארשאפט דעם טעיפ, און איך האב עס קוים אויסגעהערט, ס'איז נאך צו פרי צו שרייבן און אנאליזירן. אבער אזויפיל האב איך אויפגעכאפט, אז די ערשטע ניגון (אלי לאופר) איז געוואלדיג, די ערשטע פאל איז א געמישאכט'ס פון דדי און דאונס אף סימכעס. נאך א ניגון וואס האט געכאפט מיין אויער, איז די ענגלישע ניגון פון אבי ראטענבערג, אבי האט אליין אראנזדשירט די מיוזיק, היבש געשמאק, איין זאך וואס באדערט מיך איז די מיוזיק, (איך רעד נישט פון די ערענדשמענטס, דעס האב איך נאך נישט געהאט צייט צוצולייגען קאפ,) איך רעד פון די מיוזישענ'ס (MUSICIANS) דאס איז נישט ישראל לאם'ס געהעריגע שפילערס. בעיקר רעד איך פון די דראמס און פיאנא. די דראמער האט עפעס א מאדנעם SNARE ROLL וואס ער האלט און איין מאכן, דאס איז נישט RICK CUTTLER. און דער פיאניסט איז נישט יאראן, למשל ביי די ניגון רפאינו, צום סוף, ביי די חזנות מאכט דער פיאניסט עפעס אזא געמויזעכס, ס'סאונד ווי א קינד שפילט. I DON'T KNOW. און אויפן טעיפ שטייט נישט ווער ס'שפילט. (ס'שטייט נאר אז ס'אז נגינה ארקעסטרע, וואס ווער ס'ווייסט אביסל די מיוזיק פאליטיק, פארשטייט אז דאס מיינט גארנישט. אפי' אויב מ'וואלט געמאכט די מיוזיק אין אינדיע וואלט אויך געשטאנען נגינה. וכאן אין המקום להאריך.)
ווער ס'האט אביסל אינפארמעישאן וועגן די מיוזיק זאל עס ביטע אויסשפייען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2006 21:08 |
|
| |
די מוזיק וואס די שפירסט אז סאיז נישט "ווינטעדזש" ישראל לאם איז די ארבעט פון העשי וואלפיש (קאנטרי יאסי) וואס האט
צוגעלייגט זיין אייגענע מהלך צו די מוזיק
אביסל מער אינפארמאציע וועגן דעם טעיפ קענסטו טרעפן דא:
http://jewishmuzic.blogspot.com/2006/10/jewish-music-review-shlomo-simcha.html
די דזשאוק מיט "נגינה ארקעסטרא" אויף די דעקלעך איז דאכט זיך די גרעסטע און לענגסטע דזשאוק אין אידיש מוזיק היסטאריע!
כהאב שוין לאנג די חקירה צו סהייסט פלעין שקר וכזב אדער יעדער איינער ווייסט אז סאיז פשוט אדווערטייזמענט און מנארט דא
קיינעם נישט אפ
ווי האט מיר נאר איינער אמאל געזאגט..
נגינה ארקעסטרע מאכט שווערע געלטער, נישט נאר זענען זיי סאליד בוקט און האבן נאך עד היום די מערסטע חתונות א יאר, נאר
זיי שפילן אויך אויף יעדע צווייטע נייע טעיפ וואס קומט ארויס.................
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2006 21:34 |
|
| |
זיידי יישר כח פאר די לינק. איך ווייס נישט ווער די שרייבער אויף די בלאג איז, אבער ס'דאכט זיך מיר אז ער טיילט אביסל צו גרויסע רעיטינג'ס אויף עטליכע ניגונים, בפרט אויף די לעצטע ניגון, וואס איך פערזענליך וואלט עס נישט געגעבן מער ווי א זערא אין א האלב, סיי די ניגון און סיי די מיוזיק זענען עפעס נישט. און אזא לאנגע אינטרא...יוי....
די צווייטע ניגון מיט ריבי שוועבל איז זעהר איינגענעם, (איך בין גראדע א שטיקל חסיד זיינער, זיין קול האט עפעס א חן, מ'דארף נאר וויסן ווי איין און ווי אויס.) אבער ווען ר' ריבי'לע פרובירט ווען נישט צו דרייען זיין קול (היות ער קען נישט) און ער זינגט ווען גראד וואלט געווען אסאך בעסער.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2006 21:07 |
|
| |
זיידעניו,
איך בין אויך א גרויסער חסיד פון שלמה שמחה, און א נאך-גרעסערער חסיד פון אבי ראטענבערג. וויל איך דיר טאקע פרעגן, צי דו ווייסט פארוואס ראטענבערג איז איינגעשלאפן? כמעט וואס מען הערט נישט פון אים.
|
|
|
|
|